בלאט 1 פון 1

פירוש המילות פון אנדערע שפראכן..

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך זוך אסאך מאל צו פארשטיין א ווארט פון אנדערע שפראכן, אבער כ'ווייס נישט גענוי וויאזוי עס צו גוגלען..
איז איש את רעהו יעזורו, אפשר ווייסט איר גלייך די אפטייטש דערפון.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינט 'פאפיטא' [ספעניש]

וואס מיינט 'קאטשיטו' [ספאניש]

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:10 pm
דורך פרישער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס מיינט 'פאפיטא' [ספעניש]

וואס מיינט 'קאטשיטו' [ספאניש]

דאס זענען פאפילערע נעימען פאר ספאניארדן

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
לא הבנתי

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:15 pm
דורך רויטע וואנצעס
[quote="מנשה לוסטיג"]וואס מיינט 'פאפיטא' [ספעניש]


http://www.urbandictionary.com/define.php?term=Popita

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:36 pm
דורך פרישער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:לא הבנתי

זייער פשוט, אסאך ספאנישע ערלים הייסן פאפיטא אדער קאטשיטא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'האט עפעס א טייטש די ווארט 'קאטשיטו' און כ'וויל עס וויסן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]מנשה לוסטיג[/tag] די נאמען איז לכאורה קאנשיטו מיט א N
ס'מיינט די אינגסטע קינד פון א משפחה.

פאפיטא האב איך אויבן געשריבן, כ'האף האסט עס געזעהן.

דיין ביל איז: 2 לייקס. :)

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
וואס מיינט קעטסקילס? אדער ווי טייל שרייבן דא, קעצקילס?
דער בלאט וואלט זיכער עס באטיטלט "קאצן מארד", כדרכם

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:12 am
דורך ונבנתה העיר
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו פרעגסט, אבער יעדע גרופע פון בערג האט א נאמען, דא זענען געווען פארשידענע נעמען און בערך אינמיטן דעם 19'טן יאהר-הונדערט איז 'קעטסקילס' געווארן די אנגענומענע נאמען.

דו ביסט דאך א חובב ויקי, דא ברענגן זיי אז די נאמען שטאמט פון די האלענדישע סעטלערס וואס האבן גערופן דעם Catskill creek בשם 'Kats Kill', וי"א אז עס האט טאקע א שייכות מיט קעץ, עיי"ש.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:20 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו פרעגסט, אבער יעדע גרופע פון בערג האט א נאמען, דא זענען געווען פארשידענע נעמען און בערך אינמיטן דעם 19'טן יאהר-הונדערט איז 'קעטסקילס' געווארן די אנגענומענע נאמען.

דו ביסט דאך א חובב ויקי, דא ברענגן זיי אז די נאמען שטאמט פון די האלענדישע סעטלערס וואס האבן גערופן דעם Catskill creek בשם 'Kats Kill', וי"א אז עס האט טאקע א שייכות מיט קעץ, עיי"ש.

ונבנתה: ערגעץ האב איך געזעען אז די אריגינאלע נאמען איז געווען: Kaaterskil...אויף האלענדיש ...!