בלאט 1 פון 2

ביכער איבער יודישע היסטאריע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:05 am
דורך ודי למבין
איך זיך א גוטע ביך (לכתחילה געשריבן אין ענגליש, עברית איז אויך גוט) וואס גייט דורך די גאנצע יודישע היסטאריע מיט א קלארקייט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:59 am
דורך הוגה
איך בין נישט זיכער אויב דו זוכסט אויף א ספעציפישע ערא אדער בכלליות אויף די גאנצע היסטאריע. לכאורה זענען די סעריע פון ביכער פון רבי בערל ווין די מערסטע קאמפריהענסיוו און קלאר. איך האב עס קיינמאל נישט געליינט, אבער זיינע ביכער זענען שטארק אנגענומען אין די אידישע ווי אויך די נישט אידישע וועלט. ער האט אויך גאר אסאך אודיו רעקארדינגס אויף די אידישע היסטאריע און אנדערע טעמעס. מען קען אלעס טרעפן אנליין אויף זיין וועבזייטל: http://rabbiwein.com/

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:07 am
דורך אחד העם
אויב פאר דיר איז גוט עפעס ארטדאקסיש, תולדות עם עולם האב איך גענדיגט אויף מיין בר מצווה, אויב מיין זכרון.פארנערט מיר נישט, געדענק איך אז עס איז גאנץ א גוט'ס, אויף לשה''ק/עברית

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 8:53 am
דורך קאווע טרינקער
אחד העם האט געשריבן:אויב פאר דיר איז גוט עפעס ארטדאקסיש, תולדות עם עולם האב איך גענדיגט אויף מיין בר מצווה, אויב מיין זכרון.פארנערט מיר נישט, געדענק איך אז עס איז גאנץ א גוט'ס, אויף לשה''ק/עברית

Wow...
איין רגע... וויפיל יאר נאך די בר מצווה זענט איר??

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:51 am
דורך יאיר
אחד העם האט געשריבן:אויב פאר דיר איז גוט עפעס ארטדאקסיש, תולדות עם עולם האב איך גענדיגט אויף מיין בר מצווה, אויב מיין זכרון.פארנערט מיר נישט, געדענק איך אז עס איז גאנץ א גוט'ס, אויף לשה''ק/עברית

תולדות עם עולם איז לכאורה די שוואכסטע 'היסטאריע' ספר וואס איז נאר אמאל געדרוקט געווארן אויף דעם פלאנעט. עס איז מער ווייניגער א געמישעכץ פון א ליקוט פון אלע 'היסטארישע' מימרות וואס מען טרעפט אין חז"ל אויף אלע סארטן אמוראים און אלע סארטן תקופות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:49 am
דורך ודי למבין
שכח פאר אלע מגיבים. איך האב שוין געליינט אפאר פון וויין'ס זאכן און איך האב שוין אריין געבליקט אין תולדות עם עולםפ וועלכע איז געאייניגט פאר בר מצוה בחורים.
איך האב נישט קלאר געזאגט וואס איך דארף. איך זיך א ביכל וועלכע דעקט די צייט פון בערך די חורבן בית שני ביז נאכן חתימת התלמוד. איך וויל א ביכל וואס איז ריין פון בייעס און פון א נערעטיוו, איל דארף די טרוקענע, נאקעטע פאקטן. עניבאדי?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:48 pm
דורך יאיר
דו זוכסט א בוך אין א חרדי'שע גייסט? אויב יא קענסטו פרובירן ר' אביגדור מילער. עס איז אויך דא א בוך דורך איינעם יוסף אייזן וואס גייט דורך די גאנצע היסטאריע פון כלל ישראל פון אנהויב ביז'ן סוף אין קלארע קורצע ווערטער.
אויב דו ווילסט א פשוט'ע סעקולערע בוך, קענסטו דאס טרעפן אין סיי וועלכע אידישע היסטאריע בוך ווי פון גרעץ, סאלא באראן, פאול דזשאנסאן, מאקס דימאנט וכו'. גיב נאר א סוירטש אויף גוגל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:44 pm
דורך ממרום שלח אש
לכבודך האב איך יעצט געשריבן אן אפהאנדלונג אויף אזא סארט בוך

viewtopic.php?f=5&t=5287

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:48 pm
דורך אחד העם
יאיר האט געשריבן:דו זוכסט א בוך אין א חרדי'שע גייסט? אויב יא קענסטו פרובירן ר' אביגדור מילער. עס איז אויך דא א בוך דורך איינעם יוסף אייזן וואס גייט דורך די גאנצע היסטאריע פון כלל ישראל פון אנהויב ביז'ן סוף אין קלארע קורצע ווערטער.
אויב דו ווילסט א פשוט'ע סעקולערע בוך, קענסטו דאס טרעפן אין סיי וועלכע אידישע היסטאריע בוך ווי פון גרעץ, סאלא באראן, פאול דזשאנסאן, מאקס דימאנט וכו'. גיב נאר א סוירטש אויף גוגל.

איך ווייס נישט אויב צבי גרעץ'ס סעריע ביכער תולדות עם ישראל איז וואס [tag]ודי למבין[/tag] זיכט סאיז מער ווי נאקאטע פאקטען, און ר' אביגדור מילר די זעלבע, ביידע האבען אביסעלע אגענדעס מיט זייערע ווערק.
קומט אויס אז מיין זכרון האט מיר מבלבל געווען, או י''ל אז יונגלעך ווערן יא נתפעל ויל''ע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:18 pm
דורך ודי למבין
יאיר האט געשריבן:דו זוכסט א בוך אין א חרדי'שע גייסט? אויב יא קענסטו פרובירן ר' אביגדור מילער. עס איז אויך דא א בוך דורך איינעם יוסף אייזן וואס גייט דורך די גאנצע היסטאריע פון כלל ישראל פון אנהויב ביז'ן סוף אין קלארע קורצע ווערטער.
אויב דו ווילסט א פשוט'ע סעקולערע בוך, קענסטו דאס טרעפן אין סיי וועלכע אידישע היסטאריע בוך ווי פון גרעץ, סאלא באראן, פאול דזשאנסאן, מאקס דימאנט וכו'. גיב נאר א סוירטש אויף גוגל.


איך זיך דירעקט א בוק אן א גייסט. מילער איז, ווי ערווענט, ביג-טיים גייסט. יוסף אייזן וועל איך אי"ה טרייען. טענקס א לאט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:41 pm
דורך אליצפן
[tag]ודי למבין[/tag] איך האלט יעצט אינמיטן ליינען א גאר אינטרעסאנטע אידישע-היסטאריע בוך אין ענגליש מיטן נאמען
"2000 Years of Jewish History".
דער מחבר איז איינער הרב חיים שלאס. ער האט געמאכט ממש א מייסטערהאפטע ארבעט, דורכגייענדיג מיט א קלארקייט די גאנצע אידישע היסטאריע פון בעפאר דעם חורבן בית שני ביז אונזער צייטן.
עס איז געשריבן אן קיין שום בייעס אדער נגיעות, נאר ריינע פאקטן, און גאר גוט אראפגעלייגט.
איך מיין אז דאס איז פונקט וואס דו זוכסט.
http://www.amazon.com/Jewish-History-La ... sh+history

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:35 pm
דורך ודי למבין
שכח אליצפן. איך האב די ביך געליינט שוין א לאנגע צייט צוריק און עס איז זייער שיין געשריבן אבער זייער, זייער בייעסד.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:54 pm
דורך אליצפן
ודי למבין האט געשריבן:שכח אליצפן. איך האב די ביך געליינט שוין א לאנגע צייט צוריק און עס איז זייער שיין געשריבן אבער זייער, זייער בייעסד.

פארוואס איז עס בייעסד? איך האלט אינמיטן דעם בוך און דערווייל האב איך נישט געזען קיין שמץ של בייעס.
פאר וועלכער אגענדע איז ער בייעסד? פרייער? ציוניסטיש?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 1:49 pm
דורך גם כי אלך
איך זיך א ביכל אויף היבראו וואס באפאסט זיך מיט די היסטאריע פון ציונות, חובבי ציון, הערצל, די עליות, די פאליטיק צו עררייכן א צ'רטר, הצהרת בלפור, יוען, און אלעס ארום, זינט איר גרונדונג ביזן היינטיגן טאג. איך גלייב אז סדא אסאך אזעלכע, די שאלה איז צי איינער מחכמי הפורום קען אנצייגן אויף א גוט שטיקל ארבעט, וואס ווארפט א גוטן ליכט אויף די לעצטע הונדערט יאר לגבי די נושא.

ייש"כ למפרע.

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 8:00 pm
דורך בן חכמוני
איך נויטיג זיך גראדע אויך יעצט - דריי מיט א האלב יאר שפעטער - אין א בוך איבער די נושא פון די לעצטע תגובה. מוז נישט זיין עברית, ענגליש איז אויך גוט.

ספעציפיש בין איך נייגעריג איבער די חסידישע התנגדות צו די חובבי ציון און איבער די אריבערגאנג פונעם רעיון צו א נאציאנאלע רעיון, און די אגודה והמסתעף.

בתודה מראש.

Re: ביכער איבער יודישע היסטאריע

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 11:29 pm
דורך קל וחומר
מקטוביץ ועד ה' באייר?

Re: ביכער איבער יודישע היסטאריע

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 11:53 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קל וחומר האט געשריבן:מקטוביץ ועד ה' באייר?

מקטוביץ ועד.... איז אזוי ווי ליינען "דער איד" פאר דרייסיג יאר צוריק

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 12:25 am
דורך [NAMELESS]
גאלדען איגל, ביטע זייט אייך מסביר, ווייל לדעתי איז אייער סטעיטמענט אומריכטיג. עכ"פ די צווייטע האלב פונעם בוך קוקט אויס מורא'דיג קראנט.

Re: ביכער איבער יודישע היסטאריע

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 12:36 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ריכטיג האט געשריבן:גאלדען איגל, ביטע זייט אייך מסביר, ווייל לדעתי איז אייער סטעיטמענט אומריכטיג. עכ"פ די צווייטע האלב פונעם בוך קוקט אויס מורא'דיג קראנט.

כ'האב עס דורך געליינט א שטיק צייט צוריק, און כ'האב געזען און געהערט אסאך קריטיק קעגן עם, סיי אלץ זייפן און אויך אנדערע קריטיק.
כ'קען דיר יעצט אויף די מינוט נישט אויפווייזן די אומריכטיגקייט ווייל כ'בין אויף וואקאציע און כ'האב עס נישט מיט מיר, אבער בלי נדר ווי נאר כ'וועל האבו א געלעגנעהייט וועל איך פרובירן מסביר זיין.

Re: ביכער איבער יודישע היסטאריע

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 6:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מקטוביץ עד ה׳ אייר איז זיכער נישט וואס בן חכמוני האט געוואלט, אפילו ווען ס׳איז קראנט.

די פראבלעם מיט די בוך, לדעתי, איז אז ער איז א חרדישער וואס זוכט צו שרייבען אלץ מדען. ער טאנצט אהין און צוריק פון באשטעטיגטע פאפירען צו באקאנטע עובדות. ער נוצט אלץ ראיה זאכען וואס וואלטען קיינמאל נישט געווען קיין ראיה צווישען מענטשען וואס פארשטייען די סיסטעם, נאר ווייל ס׳שטימט מיט איהם. זיין פרק אויף דער חזון איש איז לוקה בחסר אויף אן אויסנאמליכע אופן, וואס טוט זיך נישט וויסענדיג מאכען פון א שלל פון עדות׳ן און בריווען.
זאל ער האבען א ליכטיגער ג"ע, אבער אויפריכטיגקייט איז נישט זיין מעלה געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 10:31 am
דורך בן חכמוני
יישר כח יעדן פארן ענטפערן

כ׳האב נישט געליינט מקטוביץ עד ה באייר צוליב וואס איך האב געזעהן די טענות ליטפאק ברענגט.

נאכן זוכן א שטיק צייט ווינדערט מיר אויב ס׳בכלל דא א דירעקטע בוך איבער די נושא. ס׳קוקט מיר אויס אז די וואס קענען די נושא קענען די פאקטן דורכן ליינען איבער די גדולים פון יענע תקופה און אזוי נאשט מען ביז ס׳שטעלט זיך צאם א בילד. איך האף אז איך בין נישט גערעכט.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 3:37 pm
דורך פלאוויוס
בן חכמוני, אפשר וועט דיר זיין אינטערעסאנט דאס ביכל פון יצחק אלפסי: "החסידות ושיבת ציון"

אלפסי באהאנדלט דעם צוגאנג פון חסידישע רבי'ס און הויפן צו דער ציוניסטישער באוועגונג במשך די יארן.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 5:08 pm
דורך בן חכמוני
הגם דעם ספר זעה איך נישט, זעה איך אז דער מחבר האט אנדערע זאפטיגע ספרים איבער די נושא אויך. יישר כח פאר זיין נאמען.