פילמען און ליטעראטור ווערק פון ידיעות ומחשבה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:31 am
[justify]מיר ווילן דא קובע זיין די זעלבע סארט אשכול ווי מיר האבן פאר בלאגס און וועבזייטליך, פאר ביכער און פילמען.
איך וויל מקדיש זיין דער אשכול אז די עולם זאל מיטטיילן ביכער אדער פילמען וואס זיי האבן באגעגנט דורכאויס די יארן. וזאת למדעי, ביטע נאר לייגן אזעלכע ביכער און פילמען וואס פארמאגן דברי חכמה ומחשבה, נישט סתם מעשיות, פיקציע וכדומה. די נושאים קענען זיין היסטאריע. ביאגראפיע, רעליגיע, יהדות, חסידות, פילאזאפיע, סייענס, מאמטעמאטיק, ליטעראטור, די ארטס ועוד. (דער אשכול איז אין העמק דבר פאר א סיבה.) ביטע שרייבט א שטיקל דיסקריפציע איבער די תוכן און אויב מעגליך איבער די שרייבער אדער די פראדעצירער. איך וועל אנהייבן מיט אפאר שטיק, און מיט די צייט וועל איך מוסיף זיין נאך.
1) The Gifts Of The Jews איז א געוואלדיגע בוך פון אלע אספעקטן. די הויפט טעמע פון די בוך איז צו צייגן די השפעה וואס אידישקייט, דאס אידישע פאלק און אירע גרינדער - די אבות, משה רבינו, די מלכים און נביאים האבן געהאט אויף די מערב ציוויליזאציע. ער ווייזט אויף וויפיל יסודות ומושגים פון אונזערע סאסייעטי זענען געבויט אויף דאס אידישע פאלק. בדרך אגב גייט ער שנעל איבער די גאנצע געשיכטע פון תנ"ך, אנגעהויבן פון לך לך מארצך ביז גלות בבל.
Thomas Cahill איז אן איריש-קאטוילישע געלערנטע און שרייבער. קעיהיל איז ספעציעל פאר דער בוך נאכאמאל געגאנגן אין אוניווערזיטעט, זיך געלערנט לשון הקודש און באקומען א דעגרי אין ביבלישע שטודירנגען. קעיהיל פארמאגט א רייכע פעדער, מיט א געזונטע מאס פון הומאר. זייענדיג א שטודירטע איז זיין צוגאנג צום תורה מיט א דאקומענטארישע בליק. ער לייגט אראפ דאס אויפבוי און demise פון כלל ישראל, איר באציאונגען צו גאט אין אלע תקופות און דורכגענג מיט א געוואלדיגע simplisity וואס איך האב אין ערגעץ נישט באגעגנט.
דא האט איר א גאר שיינע באשרייבונג אויף דער בוך, פון די באקאנטע ארטעדאקסישע author און ראדיא פערזענליכקייט דעניס פרעיגער.
2) אין די אנהייב פון די אויבן-דערמאנטע בוך שרייבט קעיהיל איבער The Epic of Gilgamesh. דאס איז א מעשה איבער די גאט-קעניג פון די סומעריען באפעלקערונג (פון וואו אברהם אבינו'ס עלטערן שטאמען). די מעשה איז געפונען געווארן איינגעקריצט אין די פארם פון פאעמע אויף ערדענע טאבלעטן. פארשער האבן שווער געארבייט צו צוזאם שטיקלן די מעשה פון עטליכע אנדערע מקורות. די מעשה איז פארגעקומען ארום פיר טויזנט יאר צוריק, עס איז איבער געגעבן געווארן מפה לאוזן ביז עס איז ערפינדן געווארן די מיטל צו שרייבן אויף טאבלעטן.
די גילגאמעש עפיק איז גאר וויכטיג סיי פון א ליטערארישע, רעליגיעזע און סיי פון א היסטארישע שטאנדפונקט. עס איז שטארק מעגליך אז די מעשה און אנדערע ענליכע מעשיות האבן געהאט עפעס א השפעה אויף אידישקייט און אירע שריפטן. מען זעהט דארט ענליכע זאכן ווי למשל א מעשה איבער א מבול וכדומה. אויך איז גאנץ קלאר אז די פאעמעס פון האומער זענען אינספירירט פון דער מעשה.
די עפיק פון גילגאמעש איז אן אינטערעסאנטע מעשה פאר זיך אליין, אבער נאך מער ווען מען ליינט עס פון א רעליגיעזע און היסטארישע שטאנדפונקט.
3) The Buddha Story of Siddhartha איז אן אינטערעסאנטע צוויי שעה'דיגע PBS דאקומענטרי איבער דער לעגענדארער פיגור. עס איז נישט אויסגעצויגן, גיבט אין קורצן איבער זיין היסטאריע פון געבורט ביז זיין "ענדגילטיגע" טויט. אין די ספעשל פיעטשורס האבן זיין אן אינטערוויו מיט די דאלי לאמא.
.[/justify]