אין די סעריע פון הימל-שרייענדע רשעות אין נאמען פון יוסטיץ
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:48 am
פאר די וועלעכע צווייפלן נאך איבער די גרויזאמע אכזריות ס'ליגט באגראבן אונטער די סאדיסטישע נעגל פון די בלוט פארשמירטען יוסטיץ סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן, נאט אייך א פרישען האר-אויפשטעלענד אומגלויבליכע שמוציגען מעשה ס'האט אנגעהויבן געניסן נאצינאלע דעקונג, און וועט ווארשיינדליך ערהאלטן מער אויפמערקזאמקייט ווי נאר די קעיס וועט אנטוויקלען פרישע שטאפלען.
קאליף בראודער, א צוואנציג יעריגער פון די בראנקס, וועלעכער האט געשמאכטעט אין תפיסה פאר דריי יאר נאכן ווערן באשולדיגט אין א רויבעריי ער איז קיינמאל באגאנגען און ניטאמאל געווארן קאנוויקטעט דערויף, איז ארויסגעלאזט געווארן אויפן פריי פארגאנגענע יוני נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט מ'האט אים ארעסטירט ממש על לא דבר.
געוועזן איז ער 16 יאר אלט, אין מאי 2010, ווען ער איז געוועזן אויפן וועג אהיים איין נאכט פון א פארטי, און איז אלל-אף-דע-סאדען געקייטעלט געווארן דורך פאליציי. די מעשה גייט אז שפאצירענדיג אויפן גאס איז א פרעמדער אים אנטקעגן געקומען, און אים באשולדיגט אין אים אנגעבליך האבן בארויבט עטליכע וואכן בעפאר. דאס איז געוועזן גענוג פאר די ניו יארק סיטי פאליציי אים באלד צו פארהאלטן אונטער ארעסט.
די משפחה זיינע האט נישט געהאט די נויטיגע צען טויזנט דאללער בעיל, און בראודער איז געבליבן זיצן דארטן אינעם טרויעריג-בארימטען רייקערס איילענד תפיסה, צווישן וועלט באוויסטע גענגסטערס און שעדליכע פארברעכער.
נאכן שמאכטן 33 חדשים פאר אן עבירה ער איז קיינמאל באגאנגען, האט די ריכטער אים פארגעשלאגן א פלי-דיעל וועלעכע ער האט זיך אנטזאגט אנצונעמען, ארגומענטירענדיג ער איז קיין פארברעכענס באגאנגען. מ'האט אים צוריק געשיקט אין תפיסה, ווערענדיג אנגעווארענט פונעם ריכטער אז זיך שטעלן פאר א טרייעל קען אים קאסטן ביז 15 יאר טורמע.
אין לויף פון די דריי פארביטערטע יאר וואו ער האט צווישן אנדערע פארפאסט א שוועסטער'ס חתונה, געבורט פון א נעפיו, און לעצטע יארן פון היי-סקול איז ער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע ייאוש און מרה שחורה, און האט לויט באריכטן אזויפיל ווי זעקס מאל געפריווט צו באגיין זעלבסמארד.
אין אן אינטערוויא צו עי.בי.סי ניוס זאגט בראודער א גייסטיש צובראכענער אז דאס איבערלעבן איז געוועזן א טעגליכע געראנגל אין רייקערס.
אין א שיינעם טאג קומט מען אים זאגן "קעיס איז דיסמיסט, גארנישט אויף וואס זיך צו זארגן". אן קיין ערקלערונג, איבערבעטונג, קאמפענסאציע, און אן קיין "גארנישט".
"נאטינג"? וואט דא יו מיען, דאונט ווארי עבאוט נאטינג" אייסערט זיך בראודער מיט א נידערגעשלאגענע שטיקעדיגען קול. "מיין הויפט יארן אוועקגענומען, יארן כ'וועל קיינמאל נישט קענען צוריק ברענגען".
"כ'האב נישט באקומען א געלעגנהיט צו ערשיינען צו קיין פראום, אדער גראדואציע" קלאגט בראודער אין אן אינטערוויא פאר עי.בי.סי. "נאטינג".
פארלאפענעם אקטאבער האט בראודער אריינגעגעבן א סיוול לאו-סוט אנטקעגן די בראנקס די-עי, סיטי אף ניו יארק, ניו יארק סיטי פאליס דעפארטמענט, ניו יארק סיטי דעפארטמענט אף קארעקשאנס און אויך עטליכע סטעיט-איינגעשטעלטע אינדעווידואלן.
פון צווישן די זאכן בראודער טוהט אנקלאגן די אויבענדערמאנטע אייגענטורן, איז די שווערע לאגע ער האט זייך געפינען שמאכטענדיג צווישן חיות רעות אין רייקערס איילענד. חוץ פון די שווערע און ברוטאלע פיינונגען ער איז אריבער על לא דבר פון שעדליכע גענגסטערס ס'געפינען זיך דארטן, באשולדיגט ער די אפעצירן פון תפיסה אין אים פיזיש אנגרייפן און מערדערליך אטאקירן. ווי אויך לויטעט די באשולדיגונג אז מ'האט אים צווישן אנדערע איינגעשפארט אין 'סאליטערי קאנפיינמענט' פאר איבער 400 טעג, מ'האט אים נישט געהעריג געגעבן צו עסן, און אים נישט געלאזט פארזעצן צו שטודירן זיין היי-סקול לערנונגען.
דערווייל האט די דיסטריקט אטורני'ס אפיס געמאלדן אז זיי קענען נישט קאמענטירן איבער דעם קעיס, בעת די באשולדיגונגען פון בראודער איז אין פילען ברען פון אנגייענגע פארברייטערטע אנקלאגעס.
פאלגענד איז וואו קאליף בראודער רעדט צו עי. בי. סי נייעס אייגענטור.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AKlXCn25DcA[/youtube]