A History of the Jews פון פאול זשאנסאן
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:35 pm
A History of the Jews
פון פאול זשאנסאן
איז נישט שלעכט פאר ווער סגלייכט די ק"ש סטייל, נישט צו שלונגען אוון נישט צו שפייען. נישט ער גלייבט און די אמתדיגקייט פון די תורה און נישט ער לייקענט, ער גייט מיט דערמיט אלץ מער ווייניגער אמת און האט דרך ארץ פאר אירע העכערע אספיראציעס פון ספריטוליזם אחדות הבורא און מאראל. אבער ער וועט מסביר זיין יעדע על טבעיתדיגע זאך באופן טבעי, איך בין שיכור געווארן דערפון, וויאזוי קענסטו שרייבן פון פאקטען וואס זענען אדער א היסטארישע אנטפלעקונג אדער א מייסטער סקעם אזוי נישט אהער און נישט אהין, אבער באמת אין אקעדעמיע ווען מען באהאנדעלט אידישקייט באנעמט מען זיך אזוי דערמיט, גאו פיגער...
דאס איז די בייבעל חלק
שפעטערדיגע צייטן איז ער לדעתי צופיל קאנצעטרירט וויאזוי די גואישע וועלט האט זיך באצויגן מיט יידן ווי איידער אידן און אידישקייט גופא. בעסער געזאגט, מען זעט אז ער איז א גוי וואס באשרייבט א זאך וואס איז פרעמד פאר אים.
ער געבט זיך אפ מיט די חיצוניות שבחיציוניות. זייער פאליטיק און השפעות, אידישע פרנסות איז שוין די מערסטע אינטימע זאך וואס ער באהאנדעלט. ער באנעמט זי גאר אסאך מיט אנטיסעמיטיזם און איר היסטאריע און פרובירט צו פארשטיין די סיבות, וואס איז גראדע אינטערעסאנט.
כתוצאה מזו איז פרויד א טעמא פון איבער הונדערט זייטן, מארקס בערך פופציג, בעת דער גאון און בעש"ט באקומען נישט איטליכער איין גאנצע זייט.
ער איז מאריך כמובן אין די וועלט מלחמה און די קלימאקס דערפון, נעמליך די מדינה.
איך האב הנאה געהאט פון זיין הקדמה צו די האלאקאוסט, וואס איז עלאקוואנט אראפגעלייגט מער ווייניגער די סך הכל פון די האלאקאוסט
Attempts to provide an explanation are already filling whole
libraries, but in the end they always seem inadequate. The greatest crime in history remains, to some extent, baffling.
עס איז אויך פלאי פלאים די פשטות וויאזוי ער פארשטייט אזוי לאגיש די התנגדות פון די קעגנער צו די מדינה, אין עטליכע פשוטע ווערטער איז ער כולל הרב דאמב'ס אלע פיליזאפיעס. א חידוש ווי טייל אידן אפילו סאטמארע האבן שוועריקייטן דערמיט, ער באצייכענט עס ווי לאגיש קאנסיסטענט, (דהיינו די שטיצער זענען די וואס דארפן אויפקומען מיט א פשט'ל) אויב שטימט מען צו מיט די הנחות קדומות.
Like Judaism itself, moreover, its members exhibited (granted their initial premise) strong logical consistency. The Jews were ‘a people whose life is regulated by a supernatural divine order…not dependent on normal political, economic and material successes or failures’. The Jews were not ‘a nation like any other nation’, subject to the factors ‘which cause all other nations to rise and fall’ Hence the creation of the Zionist state was not a Jewish re-entry into history, a Third Commonwealth, but the start of a new and far more dangerous
די בוך איז זייער אנגענומען אין די אלגעמיינע וועלט און א בעסט סעללער, ספעציעל אין אקעדעמיע. (וואס ווייזט אביסל וויפיל זיי פארשטייען...)
ער שרייבט באטעמט און פליסיג און מען קען געוואויר ווערן נייע זאכן. עס איז אינטערעסאנט, אבער נישט גראונדברעקינג אין קיין שום וועג, אבער א גוטע התחלה צו באקומען "א בליק אויף אידישע היסטאריע פון אינדרויסן אריין".