בלאט 1 פון 2

ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:35 am
דורך ונבנתה העיר
ר' שבתי משורר בס האט געלעבט מיט א דריי הונדערט יאהר צוריק, בעיקר איז ער באקאנט מיט זיין פירוש אויף רש"י עה"ת מיט'ן נאמען 'שפתי חכמים' [אין בעלזא האט מען שטארק מחבב געווען זיין פירוש], לויט ויקיפדיה האט ער לכאורה באקומען די צוויי נעמען 'משורר' און 'בס' ע"ש זיין חזנות שטעלע אין פראג [זיי ברענגען דארט אז זיין רבי אין געזאנג האט זיך גערופען 'לייב שיר השירים'...].

עס האט שוין יעדער מבין על דבר מן הסתם באמערקט אז ער זאגט אסאך מאהל מאדנע פירושים, אבער לעצטענס, קוקענדיג אביסל גרונטליכער, האב איך באמערקט - במח"כ - אז יעדע צווייטע שטיקל וואו ער זאגט אייגענס איז מאדנע, קרום און פאלש.

פריער האב איך געלערנט אביסל חומש מיט רש"י פון די וואכעדיגע פרשה - מקץ, לאמיך אנצייכענען וואס איך האב באמערקט פון אנפאנג ביז שלישי.

פסוק א', רש"י:
"על היאור" - כל שאר נהרות אינם קרוים יאורים חוץ מנילוס מפני שכל הארץ עשויין יאורים יאורים בידי אדם ונילוס עולה בתוכם ומשקה אותם לפי שאין גשמים יורדין במצרים תדיר כשאר ארצות.

שפ"ח:
דקשה לרש"י למה כתיב על היאור בה"א הידוע, אלא ודאי הכי פירושו היאור הידוע הנזכר לעיל, וקאי על ארבעה נהרות שכתובים בפרשת בראשית, וא"כ למה לא כתיב בכאן נהר כמו שכתוב שם, אלא ודאי אי הוה כתיב נהר לא הייתי יודע על איזה נהר קאי, שארבעה נהרות כתובים שם, לכך כתיב היאור, כלומר הנהר שעשוי יאורים והוא נילוס ונילוס היינו פישון הנזכר בפרשת בראשית וכדפירש רש"י שם, וכל שאר נהרות דנקט רש"י קאי אשאר שלשה נהרות הכתובים שם.

[ומש"כ רש"י דנילוס עולה ומשקה היינו משום] דקשה לרש"י כיון דקאי אאחד מארבעה נהרות הנזכרים בבראשית למה לא הזכיר אותו בשמו המיוחד, אלא לפי שעשוי יאורים יאורים ע"י בני אדם לכן קראו בשם יאור, וכל שאר נהרות אינם עשויים כן.

איהר הערט? דער גאנצער פלפול האט רש"י טאקע געמיינט נאך פאר ער האט זיך בכלל געפענט דאס מויל... וואס רש"י שרייבט דאס איז שוין דעמעדזש קאנטראל פון דעם פלפול וואס יעדער האט שוין אליין געכאפט... [דאס איז אהן אריינגיין אין די איכות הפלפול].

פסוק ה', רש"י:
"בקנה אחד" - טואיד"ל בלע"ז

שפ"ח:
ר"ל כמו בלשון לעז קורין לקש של שיבלים טואד"ל, שהוא נמי שם קנה של עץ, וא"כ בלשון עברי נמי כן הוא.

ווי איינער האט אמאהל מגדיר געווען די מפרשי הרמב"ם, דער איז מפתה דעם רמב"ם און דער איז מאנס...

פסוק ו', רש"י:
"קדים" - רוח מזרחית שקורין ביש"א.

שפ"ח:
דקשה לרש"י דכאן משמע שרוח מזרחית רע הוא, ובמקום אחר (יומא כ"א:) אמרינן דרוח מזרחית הוא טוב יותר מכל הרוחות וסימן ברכה הוא לעולם, לכן פירש וכו', ר"ל דלרוח מזרחית יש שלשה רוחות ושנים טובים ואותו רוח שקורין ביש"א הוא רע.

really? דאס מיינט רש"י? וועלן מיר נישט יעצט אריינגיין וואו פונקליך די רוח מזרחית האט דריי רוחות, און אז אין די גמ' וואס ער ברענגט שטייט בפירוש אז אין א טרוקענע לאנד איז די מזרח ווינט נישט גוט.

פסוק י"ב, רש"י:
"נער" - שוטה ואין ראוי לגדולה.

שפ"ח:
ר"ל נער בגימטריא שוטה.

א שיינע המצאה, אבער נישט דאס איז רצונו לומר.

פסוק י"ט, רש"י:
"דלות" - כחושות.

שפ"ח:
ולא מלשון עוני.

כן מלשון עוני.

שם, רש"י:
"ורקות בשר" - כל לשון רקות שבמקרא חסרי בשר.

שפ"ח:
פירוש משום דאמרינן כל אכין ורקין מיעוטין הן, ורקות דהכא נמי מיעוט הוא, ומהו ממעט, ממעט בשר, אבל אין פירושו כמו ריק בציר"י, ומעלומי העי"ן.

זייער מאדנע אין מיינע אויגן, אבער איך קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט.

פסוק ל', ל"א, רש"י:
"ונשכח כל השבע" - הוא פתרון הבליעה, "ולא יודע השבע" - הוא פתרון ולא נודע כי באו אל קרבנה.

שפ"ח:
וא"ת ולמה לא פירש על ונשכח כל השבע הוא פתרון אכילת הפרות הטובות, ולמה מפרש הבליעה דהיינו בליעת שבלים, י"ל משום דלשון ולא נודע, ולשון ולא יודע, תרווייהו הם מלשון הודעה, משום הכי פירש על מילת ולא יודע הוא פתרון ולא נודע, מה שאין כן מלת ונשכח שאין פירושו לשון הודעה משום הכי פירש על פתרון הבליעה וק"ל.

;) דאס איז שוין גארנישט קיין וק"ל אפי' מיט א וק"ל, ווער עס קען מיר מסביר זיין די תירוץ באקומט א לייק...

און צו ענדיגן מיט א דבר טוב:
אין פרשת ויצא זאגט יעקב צו לבן: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב אֶל לָבָן הָבָה אֶת אִשְׁתִּי כִּי מָלְאוּ יָמָי וְאָבוֹאָה אֵלֶיהָ, זאגט רש"י: "מלאו ימי" - שאמרה לי אמי ועוד מלאו ימי שהרי אני בן פ"ד שנה ואימתי אעמיד י"ב שבטים וזהו שנאמר ואבואה אליה והלא קל שבקלים אינו אומר כן אלא להוליד תולדות אמר כך, נו, וואס טראכט איהר, פארוואס זאל א קל שבקלים נישט זאגן גיב מיר מיין ווייב ואבואה אליה? איז דער שפתי חכמים מסביר: שאין מדרך מוסר שיאמר השכיר תיכף ששלמו שני עבודתו הבה את שכרי...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:48 am
דורך רויטע וואנצעס
די שפתי חכמים איז געווען א וואוילער איד א יודע ספר, אבער א בעל הבית. זיין פירוש איז געשריבן אויף א בעל בתישן גאנג. ער איז אויך געווען א חזן און געדרוקט ספרים צו ביכער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:53 am
דורך דער (פינטעל) איד
אבער והוי זהיר בגחלתן. נישט אומזיסט האט דער בעל לקט בהיר ז"ל מגיה געווען זיין ספר , ער האט געזען סימנים זאגט מען. און ער איז אגב אויך געווען א וואוילער איד א בעל הבית

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:57 am
דורך ונבנתה העיר
אודאי, עס איז מיר נאר א גרויסע פלא, אפשר האט [tag]איך אויך[/tag] עפעס מער אינפארמאציע וועגן זיין מעמד אין בעלזא.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 1:04 am
דורך רויטע וואנצעס
על ההקפדה – כפי הנהוג בחצר בעלזא– לקבוע את פירוש 'שפתי חכמים' לצד הרש"י בכל המהדורות.

האדמו"ר מעיר בהנאה "ישנם מהדורות שקיצרו ותימצתו, כאן הבאתם את כל השפתי חכמים, המבאר כמעט כל עניין ועניין בפירוש רש"י– ממש כביאור שוה לכל נפש".

http://ladaat.info/article.aspx?artid=4058

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:17 am
דורך ברסלבער
דער לקט בהיר איז אויך געווען א וואוילער בעה"ב, א באס דרייווער. אבער א רש"י האט ער אפגעלערנט ווי עס דארף צו זיין, ער האט ארויס גענומען דאס בעסטע פון אלע פירושי רש"י.
אגב איז זייער אינטערעסאנט צו קוקן אין די אלטע דרוק פון לקט בהיר די לשונות וואס ער האט געשריבן אויפן שפ"ח, געניאלע מליצות לגנאי כמעט ביי יעדע שטיקל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:41 am
דורך מאטי
יא יא איך פלעג אלס בחוריל נעמען די (סעמי) נייער דרוק צוזאמען מיטן אלטן דרוק, און ביי יעדן חלל נאכזוכן וואס פארא שטעך ווערטליך ס'שטייט דארט. אגב דער לקט בהיר ווי גוט ער איז געווען איז ער זייער מאריך פאר איינעם וואס וויל פשוט דורכגיין די סדרה. ועוד, נישט יעדער ועוד יש לומר אין רש"י באדייט אז דאס פריערדיגע פשט איז געווען שווער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:08 am
דורך הבא ללמד
95 % פין שפתי חכמים איז גענימען פין דע מפרשים אויף רש"י, איך געדענק אלטס בחור פליעג איך ליב האבן צי זיכען דע שארפע לשונות און לקט בהיר אויפן שפ"ח (דעמאלטס איז עס נאך נישט געווען מגיה)איך נאך זיכען דע מקור פאר דע פירוש פינען שפ"ח און רוב מאל פליעג איך טרעפען
איין זאך וואס ליגט מיר יעצט און קאפ איז אנהייב פרשת תולדות ווי ער האט אריין געהאקט שטיקער אינעם שפתי חכמים (ער האט אפילו צי געברענגט א שטיקעל דברי יחזקאל אויף דיעם) און שפעטער האב איך עס געטראפען אינעם מזרחי

ברעסלאווער איך האף שפעטער צי האבן צייט און נאכזיכען דע מקור פאר דיינע קשיות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 3:25 pm
דורך ונבנתה העיר
אויב מיט 'ברעסלאווער' מיינסטו מיר האב איך דאך בפירוש אנגעצייכענט אז איך רעד פון זיינע אייגענע שטיקלעך.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 4:03 pm
דורך הבא ללמד
[tag]ונבנתה העיר[/tag] גערעכט, איך וועל בל"נ שפעטער מעיין זיין

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 4:04 pm
דורך יאיר
ונבנתה, איך מיין אז נאך דיינע העתקות דארף מען נישט די שטעכעדיגע לקט בהיר'ס. ווי זיי זאגן, קאמענטארן זענען איבריג. דער שפתי חכמים איז זעט אויס א גוטע דוגמא אויף דער באקאנטער ווארט, דער האניג נעמט פון אנדערע ממילא פראדוצירט ער האניג, און דער שפין גיבט אייגנס ממילא פראדוצירט שפין געוועבאכץ
ווי איינער האט אמאהל מגדיר געווען די מפרשי הרמב"ם, דער איז מפתה דעם רמב"ם און דער איז מאנס...

:like
really? דאס מיינט רש"י? וועלן מיר נישט יעצט אריינגיין וואו פונקליך די רוח מזרחית האט דריי רוחות, און אז אין די גמ' וואס ער ברענגט שטייט בפירוש אז אין א טרוקענע לאנד איז די מזרח ווינט נישט גוט.

עס וועט זיין אינטערעסאנט אנצומערקן דער פשוט'ער פשט פון דער רוח קדים, פארוואס עס איז נישט גוט. אויף מזרח און דרום זייט פון מצרים און ארץ ישראל געפינען זיך די מדבריות פון אפריקע, סאודי אראביע און מיטל מזרח, און ווען עס קומט פון דארט א הייסער, טרוקענער ווינט איז צרות צרורות. עס ווערט שרעקליך הייס און עס בלאזט אריין די זאמד אין די אויגן. אזא סארט ווינט ווערט גערופן אויף אראביש חמסין. דאס ערקלערט הערליך דער 'ושדופות קדים'. ס'איז געווארן אויסגעטרוקנט פון אזא מזרח ווינט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 4:36 pm
דורך הבא ללמד
[tag]ונבנתה העיר[/tag] איך דיע שבת באמערקט אז און דע נייע מקראות גדולות פין עוז והדר האבען זיי פירש "שפתי חכמים החדש" דארט האבען זיי ביים סוף פין יעדע שטיקעל פין ווי דע מקור איז
ביי דע אלע זאכען ברענגען זיי א מקור
פסוק א' איז מנח"י (איך ווייס נישט ווער דיעס איז)
פסוק ה' מנח"י ע"פ מהר"ם
פסוק ו' מנח"י
פסוק י"ב דב"ט
פסוק י"ט מנח"י
פסוק ל' מנחי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:06 am
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:זייער שיין ונבנתה.
כידוע האט דאך טאקע צוליב דעם ר' ישעי' ווייס ז"ל, בעל לקט בהיר, געפירט אין זיין ספר א פייערדיגע מערכה קעגן דעם שפתי חכמים. ער האט אבער ממנה געווען הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אז ער זאל צענזורירן די אלע שארפע רייד פון דער שפעטערדיגער מהדורא.
(ער האט חרטה געהאט ווייל ער האט געהאלטן אז ער ליידט פון א קפידה פונעם בעל שפתי חכמים. יש אומרים אז ער האט אין דעם תולה געווען זיין לונגען-קענסער [פון וואס ער איז ל"ע אוועק], און אנדערע זאגן אז ער האט אין דעם תולה געווען דאס אז א טאכטער זיינע איז אראפ פון אידישן דרך.)

און ליידער, א זון אויכעט. נאר ער האט זיך שוין א ביסל צוריקגעכאפט. און גייט היינט צו טאג אן אלס קדוש וטהור. והימים הראשונים יפלו. אבער, ונבנתה איז גערעכט. דער פירוש שפתי חכמים, זאגט צומאל גוטע הארות און פירושים. אבער אין זייער א סאך פעלער זאגט ער אזעלכע מאדנע אויסטייטשונגען אז ס'קומט פשוט צו לאכן... לדוגמא, ווען ער וויל אריינטייטשן די בלע"ז ווערטער, וועלכע זענען אריגינאל געשריבן געווארן דורך רש"י הק' אין פראנצויזיש, נאר מיט לשה"ק אותיות. אין די לשה"ק פשט. כאילו ס'איז עפעס א מליצה...!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:15 pm
דורך ונבנתה העיר
זיך דערמאנט די וואך ביי ואבואה אלי'.

Re: ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:28 pm
דורך ירא שמים
מה הי׳ קשה לבעל שפתי חכמים, שהי׳ צריך להוציא את הרש״י מפשוטה?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:37 pm
דורך קאצקע ציקער
ירא שמים האט געשריבן:מה הי׳ קשה לבעל שפתי חכמים, שהי׳ צריך להוציא את הרש״י מפשוטה?

ווייל ער זעהט נישט וואס איז אזוי שלעכט אזוי צו רעדן. ספעיצעל ביי אן אכציג יעריגער יוד

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:26 pm
דורך moshav zekeinim
דער שפתי חכמים איז געווען דער וואס האט מחליט געווען צו דרוקן דעם מגן אברהם על צד השולחן ערוך. ער האט געבעטןרשות פון די יוצאי חלציו של המגן אברהם און עס געדרוקט. ער איז לכאורה דער וואס האט געמאכט דעם מגן אברהם אלס הויפט באגלייטער צום חלק אורח חיים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:10 am
דורך [NAMELESS]
די וועלט דערציילט אנאנים אויף א געוויסע תלמיד חכם און א גביר וואס האט געשריבן א חיבור אויף אורח חיים און עס געטראגן צום דרוקער, זייענדיג דארט האט ער געזעהן די כתבים פונעם מגן אברהם אפליגן באין גואל מחוסר ממון, זעהענדיג אז דער מגן אברהם איז א בעסערע חיבור ווי זיינס האט ער מוותר געווען אויף זיין חיבור און אויסגעצאלט די מגן אברהם. אויב איז דאס די שפתי חכמים איז דאס א שיינע מעשה אויף איהם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:27 am
דורך berlbalaguleh
ריכטיג האט געשריבן:די וועלט דערציילט אנאנים אויף א געוויסע תלמיד חכם און א גביר וואס האט געשריבן א חיבור אויף אורח חיים און עס געטראגן צום דרוקער, זייענדיג דארט האט ער געזעהן די כתבים פונעם מגן אברהם אפליגן באין גואל מחוסר ממון, זעהענדיג אז דער מגן אברהם איז א בעסערע חיבור ווי זיינס האט ער מוותר געווען אויף זיין חיבור און אויסגעצאלט די מגן אברהם. אויב איז דאס די שפתי חכמים איז דאס א שיינע מעשה אויף איהם.

ריכטיג: איך ווייס נישט אויפ'ן מאמענט וויאזוי דער בעל שפתי חכמים האט געהייסן. נאר עס איז א דבר ידוע (כמובא בהקדמה לפי' מגן אברהם על שו"ע או"ח) אז דער בעל מגן אברהם איז געווען א גרויסער ארימאן, אן ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דרוקן זיין חבור. ביז ס'איז געקומען א א יוד א גביר מיט'ן נאמען ר' ישראל און ער האט מנדב געווען די הוצאות פון דרוקן און פארשפרייטן דעם פירוש. און לכבודו ולזכרו האט דער בעל מג"א אדער זיינע קינדער מוסיף געווען די ראשי תיבות ...נ"י.../נר ישראל, אויף א יעדן עמוד וואו דער פירוש מג"א איז געדרוקט...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:31 am
דורך [NAMELESS]
ער האט געהיייסן ר' שבתי כמובא בראש האשכול, אלזא דארף מען פרעגן מושב פון וואו ער נעמט זיין מעשה און מיישב זיין ביידע מעשיות.

Re: ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י

נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:32 am
דורך ירא שמים
מושב רעדט דאך וועגן עס דריקען מיטן שלחן ערוך, יתכן אז סאיז שוין איינמאל געדרוקט געווארן אלס א באזונדער ספר.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:38 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:מושב רעדט דאך וועגן עס דריקען מיטן שלחן ערוך, יתכן אז סאיז שוין איינמאל געדרוקט געווארן אלס א באזונדער ספר.

ירא שמים: אויב אזוי. פארוואס ווערט די מעשה געברענגט אין די הקדמה צו שו"ע או"ח...?
אויך. פארוואס ווערט געברענגט די ראשי תיבות נ"י אויף א יעדן עמוד אין שולחן ערוך...?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:39 am
דורך [NAMELESS]
עיין בויקי ליתר בהירות על כל הנ"ל.