בלאט 1 פון 1

כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 4:11 pm
דורך מלא וגדוש
כבודו איז געווען די פארגאנגענע וואך אין בארא פארק האב איך געהאט די זכיה זיך מסתולל זיין בצילו, ס'איז דער ערשטן מאל וואס איך האב געזען דעם איד לייוו נאכ'ן הערן פון טשערנאוויץ אסאך נאך פון קינדווייז אן. ווען מ'האט גערעדט פון טשערנאוויץ האט מיר עס אויסגעזען ווי מ'רעדט פון א צושמאלצענע חסידות פון פאני מענטשן, ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אריינצוגיין אים לתור את טשערנאוויץ אויף מארסי עוו.
ער איז מיר גראדע געפאלן, ער זיגט גאנץ שיין הגם איך גלייך נישט דעם סטייל פון פסוק ביי פסוק. קוקט ער אויך נישט אויס ווי דער גרעסטער מוזיקאנט אבער ער האלט זיך כאטש שיין אויפן טאן. די ניגונים זענען געווען רוב וויזניץ, וואס פשט? איז עס אלעמאל אזוי אדער נאר יעצט ווען ער איז געקומען צו זיין וויזניצע איינקל'ס שמחה, ווייס איך נישט. אויפן אויבן אן זענען געזעסן הרה"צ ... האגער וואס איז באקאנט אין די שפיטעלער, און דער ברודער הרה"צ ... האגער רב פון בית שמש טאטע פונעם אינגערמאן דער בעל שמחה (און בעל טראגעדיע ל"ע ול"ע) און הרב שנעעבאלג, זון פון רבי'ן (איידעם פון וויזניץ רב פון ב.פ.) און טאטע'ן פונעם נפטרת. די 20 מינוט וואס כ'בין דארט געווען האב איך אויך אריינגעכאפט זיין תורה וואו ער האט גערעדט פון כל מה דעביד רחמנה נאך די טראגעדיע ביי זיין אייניקעל, ער האט גארנישט דערמאנט אבער.

ער זאגט זייער גוט, שיינע רמזים און גמטריאות וואס איך געדענק נישט אלעס.

ער האט נאכגעברענגט פון תולדות (אלעס איז נאר אויב איך געדענק גוט, איר קענט מיר נישט אנקלאגען שפעטער) דער חילוק פון כל מה דעביד רחמנה ביז גם זו לטובה. פארוואס פסק'ט מען אז ביי יעדע פאסירונג דארף מען זאגן כל מה דעביד, פארוואס נישט גם זו לטובה. גם זו לטובה איז זייער א הויעכע מדריגה וואס מיינט אז ממש די פאסירונג ווי שלעכט ס'זאל נאר זיין דאס אליינס איז גוט! כל מה דעביד איז א בחינה אז פון די זאך וועט נאך זיכער ארויסקומען גוטס, די פאסירונג אליינס איז אפשר שלעכט. נישט יעדער איז אין די מדריגה פון זאגן גם זו. און אויך וויבאלד אין גם זו לטובה איז נישט דערמאנט דער באשעפער ווי אין כל מה דעביד רחמנה. האט ער דערציילט די מעשה (פארגעסן די מקור) מיט יענעם וואס האט געדאפט שיקן מתנות צום קעניג כדי ער זאל גוט זיין צו אידן, אינמיטן וועג קוקט ער אריין אין שאכטל און ס'ווערט עם שווארץ (אדער ברוין) אנשטאט די דיאמאנטן וואס ער האט געמיינט דארט ליגט זעט ער אלעס ערד, וויאזוי גייט מען ווייטער צום קעניג? ער זאגט "גם זו לטובה" און גייט ווייטער. אנקומענדיג צום קעניג האט עם דער קעניג געוואלט מכלה זיין פאר אזא חוצפה, א באדינער האט געזאגט האלט! אפשר איז דאס די ערד מיט וואס אברהם אבינו האט מנצח געווען קעגן די ד' מלכים? דער קעניג האט דאך שונאים זאל מען עס אויסטרייען. האט מען אזוי געטון און פון די ערד איז טאקע געווארן פיילן. זאגט די רבי (אייגענס? כ'געדענק נישט) אז דער בוכ"ע וואלט געקענט מאכן אז פון די ערד זאל ווערן צוריק דיאמאנטן און צירונגען. אבער ניין! וויבאלד ער האט געזאגט גם זו לטובה, טייטש אז דאס עצם פאסירונג איז גוט איז דער נס געשען אז פון די עצם "ערד" איז געווארן דער נס און מ'האט באזיגט דערמיט שונאים.

ער האט געטייטש ויוסף בן שבע עשרה שנה, שבע עשרה 17= כמנין טו"ב ער האט אלעמאל געזען נאר גוטס. היה רועה את אחיו, היה איז א לשון שמחה, יוסף איז אלעמאל געווען נאר פריילעך און געלערנט זיינע ברודער צו זיין אלעמאל [tag]נאר,,פרייליך[/tag].

אזוי האט ער געזאגט שיינע רמזים פון שמחה און בטחון אז אלעס איז גוט און מאתו לא תצא הרעות.

די געפילטע פיש איז געווען זייער גוט, כ'האב געהאט מער פון א געווענליכע שיריים. אבער א היימיש ניגון צו הערן איז נישט געווען פאר קיין געלט. כ'האב אייך דא געגעבן א שטיקל נייעס באריכט איבער א שבת מיט א רבי וואס כ'וויל וויסן מער איבער דעם רבי'ן. פון וואו שטאמט ער? אבותיו הק'? זינט ווען זיצט ער שוין על כסא ממלכתו? איז דא דארט מוסדות? קוויטלעך? וואס סאיז זיין סדר היום? מ'זעהט אים ווייניג אין די העפטן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:52 pm
דורך נאר,,פרייליך
דער רבי איז מתוק מאוד לחיך ס'ווינדערט מיר אז די בארירסט גאר שוואך זיין גאנצער ענין דער ערשטער מתיקות פון אים איז אז ער איז געבויט אויף תורה דער איד האט יארען געהארעוועט און הארעוועט עד היום אויף תורה דער האט פילע שיינע ספרים פארפאסט זיין חסידישע זינגען און תורה זאגען און פארברענגען האט א טעם פון א אויסגעהארעוועטער תורה איד

נעבעך ווייניג וומ''ס'ער אידען האבען די זכיי' נהנה צו זיין מאורו הזך וואלט'ר געוואוינט אין ב''פ אדער אר''י וואלט ער געווען פון טאפ אוף די ליסט און פילע קאלערדיגע ביכער רבי'ס וואלטען פאר אים זיך פארשטעקט.

גראדע אז די רעדסט פינעם אינצידענט איז די מוטער זיינע אויך נעבעך אוועק נאך זיין לידה און ער האט אסאך מיטגעמאכט זייענדיג א יתום ער האט אויך פיל געהאט צו ליידען שפעטער זייענדיג אין ויזניץ דערנאך איז'ר אריבער אביסעל קיין סאקמיר און היינט איז'ר אויף מארסי קארנער קיעפ נעבן די פרדסי''ם.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:11 pm
דורך יואליש
ס'לוינט זיך צו הערן זיין דאווענען א שבת אינדערפרי. א מתיקות.

נישט נאר טיט מען אים נישט עפרעשיעטן, נאר כ'געדענק אז מ'האט אים באווארפן מיט פאשקעווילן אין וויליאמסבורג. פאר פינעף מינוט (בערך תשנ"ח) איז ער געווען דער כת ש"ץ און דער משנה ידו על התחתונה און די לא שערום אבותינו.

אין וויליאמסבורג מיז יעדער אמאל פארזיכן פון די עקסטרעמיסטישע רעצעפט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:36 pm
דורך חד גדיא
יא, גאר א געלונגענע מענטש. א גוטער זאגער, קלוגער עצה געבער, אן איידעלער און איבערגעגעבענער. געוועהן עטליכע מאל ביי זיינע טישן און פארברענגענס און שטארק הנאה געהאט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:11 am
דורך רויטע וואנצעס
שוין געהאנדלט מיט עם עטליכע מאל. ער איז א איש צדיק ותמים, א קלוגער דורכגעטראכטע מענטש, און א בעל מדות. פארוואס ער איז א רבי, און די גאנצע מחלוקה מיט זיין זון ר' חיים מאיר, בין איך נישט קלאר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:35 am
דורך אפטעמיסט
איך האף אז דער רבי שליט"א פארברענגט אויף קאווע שטיבל. ער וועט זיך אוודאי באלעקן די פינגערס מיט די שיינע רייד וואס די עולם שענקט אים דא. אפשר וואלט געוועהן כדי איינער זאל אים אהער ברענגן, וצדקתו עומדת לעד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:39 am
דורך שבת אחים
הרה״ג הצדיק רבי משה שנעבאלג האט ארויסגעגעבן א נייע ספר פון זיינע זכרונות אין וויזניץ ביי רבו בעל האמרי חיים מוויזניץ זצ״ל. די נאמען פון די ספר הייסט ״זכרונות חיים מאירות״ כ׳האלט עס אינמיטן ליינען. און דערווייל געפעלט עס מיר זייער, הגם אסאך זאכן וואס ער שרייבט האב איך שוין געהערט אדער געליינט בין איך אבער יא געוואר געווארן אסאך נייע זאכן. פאר ווער ס׳אינטערעסירט אין די היסטאריע פון וויזניץ איז עס אינטערסאנט צו ליינען. ער דערמאנט דארט זייער אסאך רבו ר׳ מאטעלע זצ״ל און זיין נאנטע ידיד און קרוב אדמו״ר מתולדות אברהם יצחק. און הגה״ק ר׳ יודלע האראוויץ זצ״ל וואס איז לויט אים געוועהן א פייערדיגע חסיד פון זיין פעטער און שווער דער אמרי חיים זצ״ל. די גאנצע ספר קען זיך אנזעהן די ברען פונעם טשערנאוויצער רבי צו וויזניץ און צום אמרי חיים וואס איז ממש אין לשער!

איך האף צו שרייבן א ארטיקל וועגן הרה״צ ר׳ משה שנעבאלג. זיין כאראקטער און פערזענליכקייט. מיין שייכות צו אים און וויאזוי ער האט מיר אמאל אלץ קינד געראטעוועט מיין לעבן. מיין משפחה שייכות צו זיין משפחה נאך פון אינדערהיים.
און א באריכט אויף זיין חשובע ספר.

תוכן ענינים:
פרק א׳: זכרונות פרק׳ ב׳: משפחתו פרק ג׳: צדיקי הדור פרק ד׳ תלמידים וחסידים פרק ה׳: רבנות ווילחאוויץ פרק ו: תקופה אחר מלחמה פרק ז: דרכו בקודש פרק ח: ספריו הקדושים פרק ט: רעבישע ענינים, פרק י: שבת קודש פרק יא: ימים טובים, פרק יב: תורה תפילה תפילין פרק י״ג: עבודה פרק יד: נגינה פרק טו: ענינים שונים פרק יז: כתבי קודש

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 2:52 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ג הצדיק רבי משה שנעבאלג האט ארויסגעגעבן א נייע ספר פון זיינע זכרונות אין וויזניץ ביי רבו בעל האמרי חיים מוויזניץ זצ״ל. די נאמען פון די ספר הייסט ״זכרונות חיים מאירות״ כ׳האלט עס אינמיטן ליינען. און דערווייל געפעלט עס מיר זייער, הגם אסאך זאכן וואס ער שרייבט האב איך שוין געהערט אדער געליינט בין איך אבער יא געוואר געווארן אסאך נייע זאכן. פאר ווער ס׳אינטערעסירט אין די היסטאריע פון וויזניץ איז עס אינטערסאנט צו ליינען. ער דערמאנט דארט זייער אסאך רבו ר׳ מאטעלע זצ״ל און זיין נאנטע ידיד און קרוב אדמו״ר מתולדות אברהם יצחק. און הגה״ק ר׳ יודלע האראוויץ זצ״ל וואס איז לויט אים געוועהן א פייערדיגע חסיד פון זיין פעטער און שווער דער אמרי חיים זצ״ל. די גאנצע ספר קען זיך אנזעהן די ברען פונעם טשערנאוויצער רבי צו וויזניץ און צום אמרי חיים וואס איז ממש אין לשער!

דאס האט ארויסגעגעבן זיון זוהן הרב חיים מאיר וואס די טאטע איז צוקריגט מיט עם, עס איז נישט צו געפינען א לעבעדיגע גריס פון די טשערנאוויצער צדיק, נאר זכרונות וואס די בן חכים האט זיך פארצייכענט יארן צוריק

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 6:19 pm
דורך שבת אחים
כהאב נישט געוואוסט אז ער איז צוקריגט מיט אים. כהאב געמיינט אז זיין טאטע האט עס ארויסגעגעבן און זיין זוהן האט געהאלפן.

הער איך.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:26 am
דורך חיים יואל
עמעזאן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ג הצדיק רבי משה שנעבאלג האט ארויסגעגעבן א נייע ספר פון זיינע זכרונות אין וויזניץ ביי רבו בעל האמרי חיים מוויזניץ זצ״ל. די נאמען פון די ספר הייסט ״זכרונות חיים מאירות״ כ׳האלט עס אינמיטן ליינען. און דערווייל געפעלט עס מיר זייער, הגם אסאך זאכן וואס ער שרייבט האב איך שוין געהערט אדער געליינט בין איך אבער יא געוואר געווארן אסאך נייע זאכן. פאר ווער ס׳אינטערעסירט אין די היסטאריע פון וויזניץ איז עס אינטערסאנט צו ליינען. ער דערמאנט דארט זייער אסאך רבו ר׳ מאטעלע זצ״ל און זיין נאנטע ידיד און קרוב אדמו״ר מתולדות אברהם יצחק. און הגה״ק ר׳ יודלע האראוויץ זצ״ל וואס איז לויט אים געוועהן א פייערדיגע חסיד פון זיין פעטער און שווער דער אמרי חיים זצ״ל. די גאנצע ספר קען זיך אנזעהן די ברען פונעם טשערנאוויצער רבי צו וויזניץ און צום אמרי חיים וואס איז ממש אין לשער!

איך האף צו שרייבן א ארטיקל וועגן הרה״צ ר׳ משה שנעבאלג. זיין כאראקטער און פערזענליכקייט. מיין שייכות צו אים און וויאזוי ער האט מיר אמאל אלץ קינד געראטעוועט מיין לעבן. מיין משפחה שייכות צו זיין משפחה נאך פון אינדערהיים.
און א באריכט אויף זיין חשובע ספר.

תוכן ענינים:
פרק א׳: זכרונות פרק׳ ב׳: משפחתו פרק ג׳: צדיקי הדור פרק ד׳ תלמידים וחסידים פרק ה׳: רבנות ווילחאוויץ פרק ו: תקופה אחר מלחמה פרק ז: דרכו בקודש פרק ח: ספריו הקדושים פרק ט: רעבישע ענינים, פרק י: שבת קודש פרק יא: ימים טובים, פרק יב: תורה תפילה תפילין פרק י״ג: עבודה פרק יד: נגינה פרק טו: ענינים שונים פרק יז: כתבי קודש

דאס האט ארויסגעגעבן זיון זוהן הרב חיים מאיר וואס די טאטע איז צוקריגט מיט עם, עס איז נישט צו געפינען א לעבעדיגע גריס פון די טשערנאוויצער צדיק, נאר זכרונות וואס די בן חכים האט זיך פארצייכענט יארן צוריק

די מיינסט די זון וואס איז א איידעם ביי ר׳ זיידל מקרעטשניף סיגעט שליט״א?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 10:58 pm
דורך שבת אחים
איך האב יעצט גענדיגט רעדן מיטן רבי׳ן שליט״א אויפן טעלעפאן. (איך רוף אים פון צייט צו צייט)

כהאב אים קודם געזאגט אז איך האב
זייער הנאה געהאט צו ליינען דעם נייעם ספר און איך האב אים געפרעגט צו ער געט א הסכמה אויפן ספר.

זאגט ער ״מיין זוהן האט נאר געשריבן וואס ער האט געהערט פון מיר אליינס, אלעס וואס דארט שטייט איז אמת לאמיתו גארנישט איז פאבריצירט געווארן.
קען זיין אסאך זאכן וואלט מען אפשר נישט געדאפט ארויסשרייבן אבער אמת איז עס״

און ער רופט זיך אן ״גראדע זאגן מיר אסאך מענטשען
אז סאיז זייער אריגינעל און מסודר געשריבן געווארן״.

דערנאך האב איך אביסל געשמועסט מיט אים וועגן די ספר און וועגן אנדערע זאכן.

ער איז א וויואלער געשמאקע מענטש. ווייניג איז דא אזעלכע ווי אים היינטיגע צייטן. לדעתי.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 2:44 pm
דורך לבי ובשרי
טשערנאוויץ גייט מיט א שטאפל העכער.
די וואך פירט דער רבי א שבת אין די בערג מיט די בחורי הקהילה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 6:51 pm
דורך שבת אחים
ק/פ
השתדלו והרבו תחינה עס איז יעצט אריין געקומען די נייעס אז כ"ק אדמו''ר מ'טשערנאוויטץ מרן משה יהודה אליעזר שלמה בן פיגא שליט''א לרפו'ש וועט דארפן אדרוך גיין א open heart surgery בעטן מיר ביטע זאגט א קאפיטל תהלים לרפואתו השלמה והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

ק/פ

בארה"ב מתפללים לרפואתו של האדמו"ר מטשערנוביץ
המנהיג את קהל עדתו בברוקלין שבניו יורק, עקב כך שהוא צפוי לעבור ניתוח לב פתוח.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי הרבי מטשערנוביץ מאושפז מיום חמישי בבית החולים 'מאונט סיני' במנהטן וסובל בליבו.

לאחר שנבדק וטופל על ידי הרופאים הוחלט כי הרבי יעבור מחר (שלישי) ניתוח לב פתוח והחסידים מתפללים לרפואתו.

ביום רביעי השבוע צפויה להתקיים שמחת נישואי נכדו של הרבי, וכבר בעלייה לתורה שהתקיימה בבורו פארק בשבת האחרונה - שבת בראשית נעדר הרבי בשל אשפוזו.

הציבור נקרא להתפלל לרפואת אדמו"ר הרה"צ רבי משה יהודה אליעזר שלמה בן פייגא, לרפואה שלימה.

הרבי מטשערנוביץ, הוא בנו של הגאון הצדיק הישיש רבי מנחם מנדל שנייבלג זצ"ל, גאב"ד מנצ'סטר, שנפטר בשנה האחרונה.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:55 pm
דורך היכי דמי
איז דא עפעס א נייע טשערנאוויץ אין בארא פארק?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:56 pm
דורך שבת אחים
נאר,,פרייליך האט געשריבן:דער רבי איז מתוק מאוד לחיך ס'ווינדערט מיר אז די בארירסט גאר שוואך זיין גאנצער ענין דער ערשטער מתיקות פון אים איז אז ער איז געבויט אויף תורה דער איד האט יארען געהארעוועט און הארעוועט עד היום אויף תורה דער האט פילע שיינע ספרים פארפאסט זיין חסידישע זינגען און תורה זאגען און פארברענגען האט א טעם פון א אויסגעהארעוועטער תורה איד

נעבעך ווייניג וומ''ס'ער אידען האבען די זכיי' נהנה צו זיין מאורו הזך וואלט'ר געוואוינט אין ב''פ אדער אר''י וואלט ער געווען פון טאפ אוף די ליסט און פילע קאלערדיגע ביכער רבי'ס וואלטען פאר אים זיך פארשטעקט.

גראדע אז די רעדסט פינעם אינצידענט איז די מוטער זיינע אויך נעבעך אוועק נאך זיין לידה און ער האט אסאך מיטגעמאכט זייענדיג א יתום ער האט אויך פיל געהאט צו ליידען שפעטער זייענדיג אין ויזניץ דערנאך איז'ר אריבער אביסעל קיין סאקמיר און היינט איז'ר אויף מארסי קארנער קיעפ נעבן די פרדסי''ם.

אמת וואס דו שרייבסט.

אבער ווען האט זיך די רבי געדרייט אין סאטמאר?

הרב חיים מאיר שרייבט בשם זיין טאטען אין די ספר. אז אלץ יונגערמאן האבן אפאר פונעם רבין׳ס ידידים וואס זענען געוועהן סאטמארער חסידים פרובירט צו שלעפן דעם רבין צום סאטמארער רב רבי יואליש זצ״ל.
איינמאל נאך עפעס א געהויבענע טיש פון סאטמארער רב האבן זיי אים געפרעגט ״נא האסט געזעהן ווי די רבי׳ס פנים האט געשיינט ממש ווי א מלאך אלקים?״
זיי פלעגן אים אסאך שטופן און פרובירט אים צו מאכן פאר א סאטמארער.
ביז ער האט זיי איינמאל געזאגט ״מיין רבי די אמרי חיים איז נישט נאר מיין רבי, נאר אויך מיין טאטע. ער האט מיר אלץ ארויסגעוויזן א ספעציעלע ליבשאפט פונקט ווי ער וואלט געוועהן מיין פאטער, אפשר ווייל איך בין געוועהן א יתום אלץ קינד פון די מאמען״

דאס זאגן אלע אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי די הייליגער אמרי חיים. בתוכם מיין פאטער. די אמרי חיים האט יעדען ארויסגעוויזן ליבשאפט און געטריישאפט, ספעציעל נאך די מלחמה יאהרן ווען ער האט געהאלפן די אידן וואס האבן אלעס פארלוירן, צוריק אויפבויען זייער נייע היים אין ארץ ישראל און אמעריקע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 3:59 pm
דורך תפארת
היכי דמי האט געשריבן:איז דא עפעס א נייע טשערנאוויץ אין בארא פארק?

דאכטזיך זיין זוהן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 4:50 pm
דורך היכי דמי
טאקע? וואס פארקויפט ער?

א נייע סטיל אז קינדער מאכן זיך שבת פאר זיך?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 8:49 am
דורך סעגאל
זיין זון ר' יוסף דוד האט שוין אפאר יאר א בית המדרש אין וויליאמסבורג שער התפילה.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 9:41 am
דורך גרעפיקסער
מלא וגדוש האט געשריבן:כבודו איז געווען די פארגאנגענע וואך אין בארא פארק האב איך געהאט די זכיה זיך מסתולל זיין בצילו, ס'איז דער ערשטן מאל וואס איך האב געזען דעם איד לייוו נאכ'ן הערן פון טשערנאוויץ אסאך נאך פון קינדווייז אן. ווען מ'האט גערעדט פון טשערנאוויץ האט מיר עס אויסגעזען ווי מ'רעדט פון א צושמאלצענע חסידות פון פאני מענטשן, ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אריינצוגיין אים לתור את טשערנאוויץ אויף מארסי עוו.

איך בין אויך אויפגעוואקסן מיט דעם אז ס׳איז א קאָלט וכדו׳ וואסיז טאקע פשט פון דעם קאנטראווערסיע?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 5:45 pm
דורך ארי נוהם
לויט וויפיל איך ווייס, האט ער א זון וואס פירט אן אייגענעם קהילה אויפן קולטישן שטייגער (און איז צוקריגט מיטן טשערנאוויצער טאטן), און מעגליך אז פון דארט קומט די שמועה.
אגב, ער האט עטליכע זין רבנים, רוב פון זיי חשוב'ע יונגעלייט אן קיין שמץ גורו/קולט נוסח צו זיך.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 8:47 pm
דורך מחצה''ק
ארי נוהם האט געשריבן:לויט וויפיל איך ווייס, האט ער א זון וואס פירט אן אייגענעם קהילה אויפן קולטישן שטייגער (און איז צוקריגט מיטן טשערנאוויצער טאטן), און מעגליך אז פון דארט קומט די שמועה.
אגב, ער האט עטליכע זין רבנים, רוב פון זיי חשוב'ע יונגעלייט אן קיין שמץ גורו/קולט נוסח צו זיך.

יא יוסף דוד

Re: כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א

נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:27 pm
דורך moneyminded
סאיז א חידוש אז ער פירט שוין טיש פרייטאג צונאכטס איבער 30 יאר מיט די זעלבע 20 מענטשן , ער פירט הערליכע ווארימע טישן ,די תירוץ איז לכאורה וועגן ער איז אין וויליאמסבורג און געהערט צו וויזניץ, בכלל איז ער זייער א פארשטענדליכער און העלפט א געוואלד מיט אידן מיט עצה ותושיה

Sent from my SM-G960U using Tapatalk