בלאט 1 פון 1

המודיע- וועלכע עד'ס אקצעפטירט מען און וועלכע נישט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:08 pm
דורך א שוויצער
וואספארא עד'ס זענען יא אדער נישט בארעכטיגט? -המודיע-

אין די לעצטערע טעג איז מיר אויסגעקומען זיך אנצוטרעפן אין א פרימטשיק יידל פון אמונת ישראל ב.פ. וואס האט זיך אויסגעגאסען זיין ביטער הארץ פאר מיר און זאגט מיר:
הלמאי אז אלע עד'ס פון 'סאשי' פיצא 'באגע באוס' און נאך כל מיני שטותים פאדערט נישט קיין הסכמה פון א רב אדער א מקור בשולחן ערוך און מעורר זיין אויף א נושא ביהדות פאדערט מען יא?

פרעג איך אים אדוני המלך במה דברים אמורים וואס האט יעצט פאסירט אז די ביסט אזוי פארביטערט?

ענטפערט מיר דער יידל שוין סמוך לששים
שמעני אדוני איך בין זיך נוהג אין אזעלכע זמנים ווי היצט אין די יומי דחנוכה ופורים וכדומה צו מפרסם זיין דרשות און דברי התעוררות פון רבנים איבער די שמירה וואס מ'ברויך האבען ביי די פארברענגען אין די טעג אז די סעודות זאלען נישט ברענגען צו קיין איסורים ווי פרעמדע מענער און פרויען זאלען אינאיינעם פארברענגען נגד דע''ת
אזוי גיי איך פון אויסגאבע צו אויסגאבע פון זשורנאל צו זשורנאל ב''ה כולם שוין לטובה פאר שיין באצאלט געבן זיי דערפאר פולע דעקונג, אנקומענדיג צום היימישען חסידישער המודיע בלאט פאנטש איך זיך אהן אינעם רעדאקציע וואס פאדערט א קראנטער מקור און סמך אויף די התעוררות רייד אז דאס ברויך א שאלת חכם צו מען איז בארעכטיגט דערויף מעורר צו זיין,
ע''כ המעשה פינעם אמונת ישראל יוד

וויל איך פרעגן די קוראים החשובים האט דער המודיע רעכט צו מאכען אזא ראסיסטישער החלטה אז יעדער שמויגער וואס וויל פארדינען אויף עסן וכדומה איז בארעכטיגט משוגע צו מאכען דעם עולם און ארויסרייסען שווערע אלפים ורבבות פון תמימישע פרויען וואס ווערן פארגאפט פון מציאות, סעיל'ס קאלערדיג רעשיגע בילדער אדווערטייזמענט
מ''ש דברי התעוררות פון די אלע קאקא עד'ס וואס פאדערט נישט קיין שאלת חכם??

אויב די חברי המערכת פינעם המודיע זענען נישטא בין כותלי ה'קאווע ביטע געבט זיי איבער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 8:02 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אומזיסט היטן זיך ערליכע אידן אפ פון ליינען דעם המודיע ? ס'איז א פארדארבענע צייטונג

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:54 pm
דורך געפילטע פיש
שוין א שטאק מיט יאר נישט געקויפט קיין המודיע, כ'מיין אז די וואך גיי איך גיין קויפן מיט א לשם ייחוד. גענוג געווען מיטן הערן יעדע פרומאק'ס בויך וויי, א מנהג קדמון ווי די חנוכה פארטי וויל ער עוקר זיין? כ'שטעל מיך פאר דער המודיע וויל נישט אויסזעהן ווי די דבר יום ביומו מיט די קוריאזע טעגליכע אפפאל. לאנג לעבן זאל נארמאלקייט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:25 pm
דורך הוגה
נאך א נקודה. איך ווינדער מיר אלעמאל אויף די אלע וואס וויינען אזוי מיט קראקידיל טרערן. וואס האסטו געמיינט? ביסטו טאקע אזוי נאיוו? די המודיע ליינער זענען אלע פיצא און סושי פרעסער, און אלע האבן ליב צו מאכן געמישטע חנוכה פארטיס פול מיט הוללות. גיי נעם דיין שיינע דרשה, הענג עס אויף אין אמונת ישראל אויפן וואנט ווייל דארט באלאנגט עס. וואס האסטו טענות אויף המודיע? זענען זיי דיר שולדיג עפעס? די זעלבע סארט "תמימות'דיגע" טענות און קושיות הערט מען פון צייט צו צייט פון צבוע'ניקס דא אין ק"ש. וואס איז? איר זענט ממש שאקירט אז אין ק"ש האלט מען נישט אלע פרומענישן וואס אמ"ג און אמסעל פרעדיגען? קענסט עס ממש נישט גלייבן? קאם אן ענד קאט די קרעפ! די ריכטיגע "ערליכע" אינטערנעט זיצער (כנגד דעת תורה של פוסק הדור) דרייען זיך נישט דא נאר אראונד דע קארנער אויף אייוועלט.

הערטס אויף מיט די קארני דזשאוקס, ס'נישט פאני.


.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:32 pm
דורך סאו וואט
וואס מיינט אמ"ג?

דער עורך אחראי ופוסק אחרון אויף דו נושא און דער המודיע איז רבי אברהם העשיל שיחי' בן אדמו"ר מקאפיטשניץ ז"ל,
א קאנטראוואסעל מענטש, אבער קוקט אויס אז ער ווייסט וואס ער טוט, און פירט עס פיין אן דו רייט טרעקס.

פוי אן עקל טאקע ווער ס'פירט אן דער קאמפיין קעגן חנוכה פארטי'ס, ער מאכט מיר ברעכען יעדער חנוכה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:49 am
דורך [NAMELESS]
איך זאג נישט אז ער איז גערעכט, און ביי אונז זיצט מען יא אינאיינעם.
אבער מדארף קענען הערן א צווייטע זייט מטבע אויך, אפילו איך געב אים נישט גערעכט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:25 am
דורך דולה ומשקה
נישט בחנם האט בשעתו הרב שך איינגעזעהן אז לא זו הדרך, אין טאקע געעפענט בשנת תשמ"ה דער 'יתן נאמן', אין מחמת ירידות הדורות ווען דער האט זיך דערקייקלט ווייט האט הגר"ש אויערבאך געזעהן וויכטיג אזא נישט דאס האט הרב שך געמיינט, ועל כן אומר ועושה אנגעהויבן מיט דער 'הפלס'.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:30 am
דורך אביגדור
[tag]געפילטע פיש[/tag] האט געשריבן:א מנהג קדמון ווי די חנוכה פארטי וויל ער עוקר זיין?

אין ספר החיים (אדער אין זיין אגרת הטיול) פון רבינו חיים בן רבינו בצלאל זצ"ל אחי המהר"ל מפראג, שרייבט ער אז דאס וואס דוד המלך זאגט זבח משפחה (אין הלל) מיינט ער דערמיט דער מנהג פון יערליכע משפחה צאמקומענישן, ווי די גאנצע משפחה אנשים נשים וטף פלעגן זיך צאמגעקומען און דערציילן פון די פריידן און ווייען פונעם פארלאפענעם יאר, און ער פירט אויס אז ווי וואויל איז אויב מען מאכט אט דעם זבח משפחה אום חנוכה, וואס דעמאלטס איז א צייט פון להודות ולהלל סיי ווי.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:37 am
דורך סאו וואט
נעכטן איז ארויסגעקומען דער קונטרס אמרי קודש און איך האב עס דארט געזעהן.
גראדע איז מיר זייער געפאלען דער גאנצע שמועס דארט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:02 pm
דורך אפטעמיסט
סאו וואט האט געשריבן:וואס מיינט אמ"ג?

דער בעל ה'קאלד ליין'...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:17 pm
דורך א שוויצער
לויפענדיג צו די חנוכה לעכט נעכטן נאכט שטעל איך אפ דעם יוד נעבן אמונת ישראל און האלט אים פאר הלמאי[tag]געפילטע פיש[/tag] שרייען דאך דברים של טעם ווי קומט א ראצער'ל הגם איר זענט שוין קרוב לששים אבער דער מנהג הק' איז דאך פיל עלטער פון אייך
ענטפערט מיר דער יודעל אז באמת ער האלט יעצט פאר די לעכט אבער בקצרה וועט ער מיר מסביר זיין די נקודה אז זיין נקודה פון מעורר זיין איבער דעם מנהג קומט גראדע נאכען דורכלערנען די הייליגע רייד אן דייקא ווייל ער וויל אנהאלטען ב'קדושה' דעם הייליגען מנהג אין זאל חלילה נישט ווערן מזולזל דורך אומאויסגעהאלטענע פארברענגעריי וכדומה דעריבער שטרענגט ער זיך אהן אז אלע אידישע אויסגאבעס זאלען עס אריילייגען
בכדי פילע אידען איבער דער גארער וועלט זאלען וויסען וויאזוי מען ניצט אויס אזא הייליגער מנהג בקדושה ולא בזלזול חלילה
אבער צום באדויערן האבען די רעדאקציע עס נישט געוואלט מקבל זיין ביזען קריגען א מקור
מעגליך זאל מען אים אריינשיקען און וועלן זיי עס אנעמען

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 4:50 pm
דורך יצמחפרקני
רעדט צו דעם איד דער שפראך וואס ער פארשטייט:
"וואו שעמט איר זיך נישט אפילו צו פרובירן צו וועלן אריינלייגן מודעות אין א צייטונג הידוע לשמצה וואס איז פיל מיט מינות און כפירה בה' רח"ל, ווען זיי זענען נאך פויבסטליכער וואו דער פויבסט ערגער פון די ציונים אליין מיט זייער בלינדע שטיצע פאר די מדינה וועלכע איז א מרידה במלכות שמים. און ווערט געפירט...

(מ'דארף שוין גיין צו מנחה)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:08 pm
דורך א שוויצער
יצמחפרקני האט געשריבן:רעדט צו דעם איד דער שפראך וואס ער פארשטייט:
"וואו שעמט איר זיך נישט אפילו צו פרובירן צו וועלן אריינלייגן מודעות אין א צייטונג הידוע לשמצה וואס איז פיל מיט מינות און כפירה בה' רח"ל, ווען זיי זענען נאך פויבסטליכער וואו דער פויבסט ערגער פון די ציונים אליין מיט זייער בלינדע שטיצע פאר די מדינה וועלכע איז א מרידה במלכות שמים. און ווערט געפירט...

(מ'דארף שוין גיין צו מנחה)

גערעכט

אבער די סאטמאר רב האט מיט יעדן געהאנדעלט אין אידישקייט ענינים

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:05 pm
דורך נאר,,פרייליך
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אומזיסט היטן זיך ערליכע אידן אפ פון ליינען דעם המודיע ? ס'איז א פארדארבענע צייטונג


אזוי פארדארבען צו זיין האב איך נישט געגלויבט וואס גייט זיי אהן אז נאך עטליכע אידען זאלען זיך גודר זיין ביי די הייליגע מסיבות אום יו''ט חנוכה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:19 am
דורך [NAMELESS]
ליינענדיג דעם אשכול האב איך געטראפען א בריוו פון הרה״ק ר׳ ברוך׳ל מסערעט ויזניץ חיפה זצ״ל פון יאר תשי״ב צום רעדאקצייע פון צייטונג המודיע וי ער פארט זיי גוט אריין אין טאטענס טאטען אין איז עכט אינטרעסאנט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:04 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אומזיסט היטן זיך ערליכע אידן אפ פון ליינען דעם המודיע ? ס'איז א פארדארבענע צייטונג

איך קען ערליכע אידן וואס היטן זיך נישט צו באניצן מיט דעם טמא'נעם (כבר אמרנו) אינטערנעט מכל וכל. אפילו מיט א פילטער... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:25 pm
דורך [NAMELESS]
דולה ומשקה האט געשריבן:נישט בחנם האט בשעתו הרב שך איינגעזעהן אז לא זו הדרך, אין טאקע געעפענט בשנת תשמ"ה דער 'יתן נאמן', אין מחמת ירידות הדורות ווען דער האט זיך דערקייקלט ווייט האט הגר"ש אויערבאך געזעהן וויכטיג אזא נישט דאס האט הרב שך געמיינט, ועל כן אומר ועושה אנגעהויבן מיט דער 'הפלס'.

דולה מאכסט א גרויסען טעות אין די זעהסט נישט די מציאות
@הרב שאך האט געפענט דעם צייטונג יתד פאר זיינע הייגענע אינטרעסען כדי זיך צו שלאגען מיט גדולי ישראל פון אלע שיכטען אין קרייזען אין כדי צו פרעדיגען זיין פאקרומטע השקפה קעגען חסידות אין חסידים אין אזוי זיך באטיטלען מיטן צו נאמען ״מרן ראש הישיבה״ אין דאס זאל דינען זיינע שמוציגע מערכות קעגען ליובאויטש אין גור (לב שמחה) הרב לנדא אין הרב עובדיה אין אזוי אויך בחדא מחתא חוזיק מאכען פון ר׳ דוד פוברסקי שנוא נפשו
ר״ש אויערבאך איז ממשיך דרכו אין האט גענוי די זעלבע אינטרעסען פון זיין א ״גדול״ אין זיך גרויס מאכען עד לב השמים אין דערנידערען אין טרעטען אויף יענעם במסווה של קדושה