בלאט 1 פון 1
RCCS עפפ נעמט פערמישען צו דורכצוקיקן אייערע טעלעפאן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:22 pm
דורך [NAMELESS]
היינט נאכט איז דא א איווענט פאר די הייליגע מוסד RCCS. זיי האבן ארויסגעגעבן א עפפ ווי מ'קען מיטהאלטן די לייוו איווענט.
עס איז וויכטיג אז יעדער זאל וויסן אז ווען מען דאונלאד'ט די עפפ פארלאנגען זיי רשות צו קענען דורכקיקן אייער גאנצע טעלעפאון. אייערע טעקסט מעסעדזש, אייער מעמארי, אייער לאקעישען, אייערע טעלעפאון קאל'ס, וכו'.
לינק צו די עפפ אין ענדרויד'ס סטאר:
https://play.google.com/store/apps/deta ... plitthepot
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:34 pm
דורך חד גדיא
שקויעך פאר די פאבליק סערוויס אנאונסמענט. וואס איז פשט פון דעם? פארוואס דארפן זיי האבן די אלע אינפארמאציע??
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:59 pm
דורך פרישער
איז דעיס אנדערש פון אלע אנדערע עפפ'ס פון א גאנץ יאר, שבכל העעפס בעיטן נישט די רשות, אבער האעעפ הזה כילנו אויסגעפאפט.
און פון היינט און ווייטער ווער עס האט נאר בטעות געקליקט איז אפען פאר ר' זלמן לייב גענוי צי זעין ווער עס שרייבט אויף ק"ש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 8:37 pm
דורך דעת תורה
זייער אסאך עפפ'ס נעמען די פערמישאן'ס, ואין אתנו יודע עד מה
גראדע דעם בראוזער קען עס נישט עפענען, סאו מען קען נישט וויסן ווער עס שרייבט אויף קאווע שטיבל...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
רוב עפפ'ס נעמען נישט אזוי סאך פערמישענס.
זיי קענען טאקע נישט זעהן מיין בראוזער אבער זיי קענען זעהן אלע מיינע קאנטעקטס און טעקסט מעסעדזשעס, זעהן וואס ליגט אין מיין סטארעדזש, זעהן מיין פינקליכע אדרעס. רבונו דעלמה. וואסערע תירוץ איז דא אויף דעם???
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:20 pm
דורך berlbalaguleh
פרישער האט געשריבן:איז דעיס אנדערש פון אלע אנדערע עפפ'ס פון א גאנץ יאר, שבכל העעפס בעיטן נישט די רשות, אבער האעעפ הזה כילנו אויסגעפאפט.
און פון היינט און ווייטער ווער עס האט נאר בטעות געקליקט איז אפען פאר ר' זלמן לייב גענוי צי זעין ווער עס שרייבט אויף ק"ש
און איך האב שטארק מורא. אויף ר' אהרן גלייב איך ענדערש אז ער האלט קאנטראל וואו (אויפ'ן אינטערנעט)
זיינע מעריצים וחסידים דרייען זיך אלץ.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:52 pm
דורך שמערל
מסתבר אז די פראגרעם אויף וואס מען האט דיזיינט די עפפ, האט אנגעשטעלט ביי דיפאלט צו בעטן פערמישאן אויף אלעס, און דער פראגרעמער האט עס אזוי געלאזט, נישט וויסענדיג וואספארע סומאטאכע ער קען אנדרייען.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 11:26 pm
דורך יידל
[tag]ראשעקאל[/tag], פון דיינע מעסעדזשעס קענען זיי נישט ליינען גארנישט, סך הכל שיקן טעקסט מעסעדזעשס.