בלאט 1 פון 2

פרייז גליטש אויף עמעזאן!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 9:29 pm
דורך אפטעמיסט
סאיז יעצט געוועהן אן אבנארמאלען טעות אויף עמעזאן ווי א לעפטאפ וואס קאסט ארגינעל $699 איז פארקויפט געווארן פאר $65.99. ווייסט איינער צו זיי וועלן honor'ן די דיעל?

*די דיעל איז שוין טויט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:37 pm
דורך א גאסט אויף א וייל
Wait and see. I got in. Very pessimistic that it will be honored.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:39 pm
דורך געפילטע פיש
כ'וויל נישט זיין דער מבשר רעות, אבער דער עולם האט שוין אנגעהויבן צו באקומען cancellation אימעילס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:47 pm
דורך אפטעמיסט
איך הער אז עמעזאנס פאליסי איז אז א seller וואס honored נישט זיינע גליטשעס פארשפארט מען אים זיין קאנטע. איז דאס וואר?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
יענער קען פארלירען הונדרעטע טויזענטע דאללערס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:27 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז א זיבן הונדערט דאלערדיגע לעפטאפ. לאמיר זאגן אפילו אויב ער האט נאר פארקויפט א טויזענט שטיק פאר דעם פרייז, און עם קאסט עס לפחות $300, און פון עמעזאן באקומט ער 55-60, האט ער נאכאלץ פארלוירן $240,000. איך הייב אן צו פילן שלעכט פארן מענטש, זאל איך קענסלען מיין ארדער?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:35 pm
דורך פרישער
איך האב געזעין א בילד אז איינער האט געקויפט טויזענט שטיק.

שנשמע ונתוואטע בתולות טובות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
די יענטא שוועגערין האט שוין געקאלט יענטעווען אז מ'זאל שוין לויפן קויפן, אבער די cancellations זענען געקומען צופליען פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:21 am
דורך לעיקוואד
קען מען שוין אפשר קלאר מאכען אז עס איז נישט ריכטיג לכתחילה זיך אנכפען אויף אזוינע סעילס ווען עס איז קלאר א טעות?
למה הדבר דומה, אז אין א געוויסע געשעפט איז דער ארבעטארער אביסעלע מיד, און בטעות אנשטאט רעכענען הונדרעט דאלער אויף א פראדוקט רעכענט ער צען. האט איינער א הוה אמינא ארומצוטעקסטען די גאנצע שטאט קומטס לויפען צו דער און דער געשעפט אויף דער און דער גאס מען קען כאפען א איטיים פאר א צענטל די פרייז, און קיינער זאל נישט מאכען קיין קאווע פאר דער ארבעטארער ער זאל ווערן מער וואך אדער מודיע זיין פאר דער בעל הבית כדי מיר זאלען קענען אריינכאפען דער 'דיעל'?
דער קאמפיוטער איז דאך נישט מער פון אן ארבייטער ביי דער בעל הבית, פונקט ווי דער פיזישער ארבעטארער.

איינער טראכט דא אנדערש?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:42 am
דורך אפטעמיסט
ביסט בעצם גערעכט. אבער סאיז דא שתי תשובות בדבר:
א) ביי א געשעפט קען אזא זאך נישט פאסירן ווייל דער מוכר וועט גלייך אינאכט נעמען אז עפעס איז נישט בסדר אז די גאנצע שטאט קומט לויפן קויפן דעם איין פראדוקט, משא"כ אויפן געוועב וואו דער מוכר לייגט זיך שלאפן און האט נישט קיין מושג אז האלב אמעריקא פילט זיך אן די וועגעלעך.
ב) א יעדער מאכט זיך די חשבון אז אויב ער וועט עס נישט נעמען וועט עס א צווייטער קויפן. איז פארוואס זאל ער נישט כאפן די מציאה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:57 am
דורך לעיקוואד
א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 7:05 am
דורך גאלד
אויב איז עס א אנעסט טעות, איז עמעזאן קיינמאל נישט מעניש דעם סעלער, איך האב שוין אמאל געהאט אזא מין זיך, איך האב געקויפט עפעס פאר שפאט ביליג, כ'דענק שוין נישט וואס, אין דער סעלער האט מיר צוריקגעשריבן זיך אנטשולדיגן אז ס'איז א טעות און ער פארקויפט מיטאמאל דעם אייטעם און ביי דעם האט זיך עס געענדיגט,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:39 am
דורך אפטעמיסט
לעיקוואד האט געשריבן:א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

וואס איז מיט טעות עכו"ם מותר?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:41 am
דורך קאווע טרינקער
לעיקוואד האט א ריינע טענה, איך האב באקומען דעם שולד געפיל נאכן קויפן, און כ'האב הנאה געהאט פונעם "צוריקצו" הודעה פונעם מוכר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:28 am
דורך געפילטע פיש
אפטעמיסט האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

וואס איז מיט טעות עכו"ם מותר?

נישט יעדע זאך וואס איז מותר איז אויסגעהאלטן עטיש.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:00 am
דורך יואב
געפילטע פיש האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:א) אויף אידיש: דער בעל הבית קוקט נישט יעצט לאמיר גנב'נען.
ב) אויף אידיש: דער טיר איז אפען, אז איך וועל נישט גנב'נען וועט דאך א צווייטער, זאל עס שוין זיין מיר.

איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש גניבה, איך בין נאר מסביר ווי די טענות זענען לעכערליך.

וואס איז מיט טעות עכו"ם מותר?

נישט יעדע זאך וואס איז מותר איז אויסגעהאלטן עטיש.

און בכלל, וואס ווייסטו וואס טוהט זיך אונטערן מוכר'ס זיפער? האבן זיינע חפצים א לעבל פון יהודי ולא ציוני?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:30 am
דורך אפטעמיסט
איך בין גראדע מודה צו דיר [tag]געפילטע פיש[/tag] אז סאיז נישט מענטשליך צו אויסניצן אן אומשולדיגן פארקויפער און זיך ארויף כאפן אויף זיין טעות. אבער פארוואס זעהט מען אין די תורה אז טעות עכו"ם מותר? די תורה איז דאך דרכיה דרכי נועם און איז פארט מתיר א טעות. אפשר רעד די תורה נאר פון אן אופן וואו דער מוכר וועט נישט כאפן אז ער האט זיך טועה געוועהן און פארלוירן געלט, אבער כמיין די תורה מאכט נישט קיין חילוק.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:31 am
דורך לעיקוואד
איך גלייב אז נישט דאס הייסט טעות עכו''ם. אויב זאל מען גיין מיט מיין משל פון דער ארבייטער פארשטייט מען פארוואס. אבער לא עיינתי כעת בסוגיא להלכה.

בכל אופן איך טענה נישט אז עס איז ממש גניבה, אויף דעם דארף מען עקסטער מעיין זיין, אבער ועשית הישר והטוב און דלך סאני לחברך לא תעביד איז דאס קלאר שולל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:33 am
דורך דעת תורה
כמובן, בהנחה אז דער מוכר איז א איד. און דאן איז פארשטייט זיך נישטא קיין היתר פון טעות אויך נישט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:46 am
דורך אפטעמיסט
סיבות פארוואס מען קען יא באשטעלן דעם לעפטאפ:
א) הלכה- טעות עכו"ם מותר (ולכאו' ה"ה בנידן דידן)
ב) ועשית הישר והטוב- סהעט ממילא צעכאפט ווערן דורך אנדערע, מיין בליט איז פונקט אזוי רויט.
ג) מאראל און עטיק- עיין סעיף ב'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:39 am
דורך smart
עטס מיינטס טאקע ער גייט אדורך לאזען 1000 שטיק?? עק וועט נישט כאפן דעעם טעות? איי דאוינט דינק סאו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:42 am
דורך green sunday
פין עקספיריענס ווייס איך אז זיי שפארן נישט אפ אויב זיי זעהן אז עס איז געווען א פאדריסלכער טעות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:47 am
דורך אפטעמיסט
גראדע, מיין ארדער איז געקענסעלט געווארן, אזוי אויך די ארדערס פון עטליכע פון מיינע קרובים און חבירים. אפשר זאל [tag]הוגה[/tag] נעמען א סורוועי ווי סאך ארדערס זענען אדורך און ווי פיל נישט. :lol: