בלאט 1 פון 1

דער 'ווארים גראבט זיך אריין אין כריין מענטאליטי' שרייט ארויס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:55 am
דורך יושב קרן
כ'ליין מיר אזוי א בריוו אין צייטונג וואס א פרוי האט אריינגעשיקט און איך פיל מיט מיט איר, איר אמת'ע אמונה טהורה און תמימות נעמט איבער, אלעס איז פיין און גוט, אבער כ'שפיר אז עפעס טויג דא נישט. איך קען נישט פונקטליך דערטאפן וואס, ביז ס'האט מיר אויפגעלאכטן. מ'קען מאכן א גוט'ן צימעס פונעם בריוו און עס גאר גוט צולייגן, כ'ערווארט אז אנדערע וועלן עס בעסער ארויסברענגען (אבער חלילה נישט חוזק מאכן פון א ערליכע פרוי) ווייל אין דעם בריוו ליגט אסאך אסאך וואס צו רעאגירן.

דער בריוו, ווארט ביי ווארט כמעט:
[center]
דער באשעפער העלפט אונז צו יעדע צייט, מ'דארף זיך נאר פארלאזן אויף אים
חשובע רעדאקציע
עס האט לעצטענס פאסירט ביי מיר אן עפיזאד וואס איך פיל פאר פאסיג אריינצושיקן כדי אנדערע זאלן זיך מחזק זיין דערמיט. עס האט זיך אנגעפאנגען מיט דעם אז מיין קינדערגארטן קינד האט אויף אן אופן באקומען צוטריט צו מיין פוד סטעמפס קארטל, און געמאכט א יחץ דערמיט. ווען איך האב אויסגעקערט מיין שטוב און געטראפן אין די לאפאטע צווישן די שמוץ די צוויי שטיקעך איז מיר שלעכט געווארן - וואס טוט מען דא? די ערשטע זאך האב איך אנגערופן אין פ.ס. אפיס צו באשטעלן א נייע קארטל. מיין נעקסטער שריט איז געווען צו געבן אן אינטעסיוון קורס פאר מיין טאכטער איבער דעם 'קונסט' פון אנאלאזירן דעם חילוק צווישן שפיל קארטלעך און ווערטפולע קארטלעך. זי האט מיר הייס צוגעזאגט אז זי וועט עס מער נישט טון, אבער עס האט מיר אסאך נישט געהאלפן צו קענען גיין איינקויפן די וויכטיגע גראסערי פראדוקטן.

די נעקסטע פאר טעג האב איך ארויסגעקוקט אז דאס נייע קארטל זאל אנקומען אין די פאסט, מיר האבן יעדן טאג פארנאכסט אפגענומען די פאסט און עס פארסיכטיג איבערגעקוקט, דאס קארטל איז אבער נישט אנגעקומען. איך האב גארנישט געקענט טון חוץ אריינעמען א טיעפן אטעם פון אנטוישונג, און בעטן פון דעם רבוש"ע עס זאל שוין אנקומען. איין צופרי ווען איך האב נויטיג געברויכט דעם קארטל, נישט האבענדיג קעש איינצוקויפן די מינימאע געברויכן, האב איך באשלאסן צו זאגן פרשת המן אלס סגולה און בקשה.

אביסל נאכן עס ענדיגן זאגן איז מיין מאן געגאנגען טשעקן די פאסט, נאר אויף מיין פארלאנג, ווייל ער האט עס שוין באקוקט די נאכט פריער, צו זיין ערטוישונג, איז דארט געווען איין קאנווערט, דער פוד סטעמפס קארטל! וויאזוי דער רבוש"ע האט דאס צוגעפירט אז אין אזא פריע שעה זאל עס שוין דארט זיין ווייס איך נישט, אבער דאס האב איך קלאר געזען, אז דער זעלבער באשעפער וואס האט געשפייזט א פאלק פון 600 טויזנט נפשות אין מדבר 40 יאר, באזארגט אונז אויך מיט אלעס וואס מיר דארפן - מיר דארפן דאס נאר איינ'חזר'ן און געדענקען - און לעבן דערמיט.
[/center]

באשעפער אין הימל! וויפיל דאונטראדעניזם ליגט אין דעם בריוו? וואו הייבט מען אן. שטייט א פרוי זי האט פארלוירן איר קארטעל, ווערט אינגאנצן פארלוירן זי רופט אן דעם באשעפער אין וועם זי גלייבט גאנץ הארצעדיג און אנשטאט בעטן פון אים אז איר מאן זאל טרעפן א גוטע דזשאב און ס'זאל פליסן גרינע קעש, וואס בעט זי? איר פ.ס. קארטל! דער קל חי קען דיר נישט געבן עפעס בעסערס טייערע לעכטיגע פרוי לעבן? איר זענט (און אסאך פון אונז) זענען ווי יענער ווארעם אין די כריין וואס גרובט טיפער און טיפער און מיינט אז זיסער'ס איז נישטא. מ'האט אונז אויפגעצויגן אן קיינע השגות אין גלייבן אז מיר קענען מער, מ'דארף נישט זיין אין א מצב אז אויב פארלירט מען דאס קארטעל הייבט זיך אן א הינגער יאר. און אויב נעמט מען דעם תהילים בעט מען פון באשעפער געב מיר צוריק דאס קארטל... געוואלד!

מ'איז ווי יענער חולה וואס זיצט אין שטוב און בעט דעם באשעפער געב מיר גענוג באנדאדזשן, געב מיר קראטשעס, געב מיר זאלבן, באשעפער זע ס'זאל אלץ זיין ביי מיר אטעמען טובס. אויב פארלירט ער א זאלב, שרייט ער באשעפער מיין זאלב! און ער האט נאך א נס ער טרעפט איינס!

אבער איין זאך וואס ער בעט נישט איז באשעפער הייל מיר אויס!!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:03 am
דורך רויטע וואנצעס
"600 טויזנט נפשות אין מדבר 40 יאר"

גראדע א גוטע צוגלייך, די מן איז אויך געווען בחינם, מ'האט נישט געארבייט פאר דעם, ס'איז געווען פ"ס, אבער גאלד האט מען געהאט גענוג פארן עגל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:37 am
דורך קאווע טרינקער
או יאמר, דער אינגערמאן איז דאך אזא שלימזל, והראיה, זיין ווייב פארלאזט זיך נישט אויף אים אז ער האט טאקע גוט געקוקט, און זי שיקט אים ווי א נער, אז ער זאל נאכאמאל באקוקען דעם פאסט קעסטעל, וכן היה, ער האט דאס נישט באמערקט דעם ערשטן מאל, כאטש וואס זיי האבן ארויסגעקוקט אויף דעם בריוו. ועוד, די היימישע גראסעריס זענען שוין רגיל אריינצולייגן די קארד נוממערן, צוליב דאס אלטקייט פונעם קארטל וואס לאזט זיך נישט ליינען, אלזא, מה כל הרעש אז דאס קארטל איז צובראכן פאר א טאג צוויי (יתכן אז איינמאל מ'רופט פאר א נייע ארבעט נישט די אלטע, אבער פארדעם דארף מען נישט אזוי וויינען).
בקיצור, דאס איז סתם א מעשה וואס דער שרייבער דערפון איז נישט באצאלט געווארן דורך כולל חצות וכדומה, האט ער משנה געווען די מעשה צו כולל המן, און געשיקט צום צייטונג להצחיק את הרבים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:16 pm
דורך עוד מישהו
וואס האט מיר די מערסטע געכאפט פון די בריוו, פרשת המן איז א סגולה פאר פרנסה, אבער זי האט נישט געזאגט פרשת המן פאר פרנסה, אנשטאט בעטן פאר פרנסה האט זי גענוצט די זעלבע סגולה אז די מאן/פרוי זאלן נישט דארפן ארבעטן.
עולם הפוך ראיתי?!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:14 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אין וועלכע צייטונג איז געווען בריוו , איך זע עס נישט אין קיין איינע פון די דריי אידישע צייטונגען?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:17 pm
דורך הבא ללמד
און דע משפחה אפטיילונג פין דער (פינטעלע)איד
אנטערסאנט מיין ווייב האט עס אויך זייער געבאדערט בשעת'ן ליינען, און זי האט עס מיר געוויזען

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 8:17 pm
דורך דעת תורה
היות עס איז פארהאנען א ערנסטער שאנס אז רוב אדער אלע מגיבים דא זענען אליין נהנה פון פוד סטעמפס יעדן חודש, און גאנץ מעגליך א גרויסע שטריך אין די רעכענונג וויאזוי צו ענדיגן דעם חודש, און דערפאר אויב עס קומט נישט אריין דאס געלט איין חודש, איז מען אויפן וואסער כמובן (ווייל אין גראסערי קען מען דאך נישט אויף שרייבן, מען האט איינמאל אויפגעשריבן נאך די חתונה, און זינט דאן גייט די פ.ס. יעדן חודש צו באצאלן די אלטע כדי מען זאל קענען אויפסניי אויפשרייבן :-) ). זעה איך נישט די פשט פון דעם אשכול. אפשר צו שפילן עושר וואס פארשטייט נישט דעם אויף פ.ס. אנגעוויזענעם (ווייל די מאן'ס זשאב + סייד זשאב + די פרוי'ס זשאב קלעקט נישט צו ענדיגן דעם חודש).

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 1:16 am
דורך דער (פינטעל) איד
זיין נקודה קוקט מיר אויס צו זיין אז אויב זי האלט שוין דאס תהילים און איז מתפלל פארוואס שוין נישט בעטן אויף עפעס בעסערס ווי א קארטעל ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 1:35 am
דורך דעת תורה
מורא'דיגע פוינט. דאס ברענט יעצט אויף די מינוט, בעט מען אויף דעם. ביזן קרעטשמע ברויך מען אויך א טרינק בראנפן.

ראש השנה יו"כ וואס האסטו צו בעטן אויף גשמיות אדער רוחניות? בעט אויף די גאולה שלימה וועט אלעס זיין מסודר.

(דער אמת איז, ווי שמעקעדיג האט שוין מאריך געווען במקום אחר, א קליינע זאך, ווי א קארטל זאל אנקומען, אדער אפילו פרנסה און געזונט רעלאטיוו צו די גאולה שלימה, קען א יחיד פאר זיך גרינג אויסבעטן, אבער זיך שטעלן בעטן צו ווערן א נגיד אדער אפילו סתם א ברייטער בעל פרנסה און טוישן דעם איצטיגן מצב פון "לעבן פון פעי טשעק טו פעי טשעק", דארף מען גאר אסאך תפילות און בקשות, וכולי האי ואולי).