בלאט 1 פון 1

שואל כענין ומשיב כהלכה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:19 pm
דורך אפטעמיסט
איך זעה נישט קיין אשכול וואו איך קען אנפרעגן הלכה'דיגע שאלות, עפן איך אויף אן נייע. אויב איז שוין ערגעץ דא אזא אשכול זאל איינע פון די חשובע גבאים עס ביטע צאמשטעלן.
ווי באקאנט האט מען ביי אונז חסידים ואנשי מעשה מקפיד געוועהן צו בלייבן קוקן אויף די נירות חנוכה א האלבע שעה. איז מיין פראגע אזוי: איך וויל נישט ח"ו משנה זיין קיין זיז כלשהו פון מנהג אבותי ורבותי, אבער סמאכט זיך יעדעס יאר אז געוויסע טעג קען איך נישט בלייבן קוקן דעם גאנצען האלבע שעה, צי צוליב א חנוכה פארטי אדער סתם א מחסור פון נערווען.
צי קען איך אפכאפן א ווידיאו פון די לעכט און שפעטער ווען די צייט ערלויבט, למשל באנאכט אין בעט, עס דאן קוקן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:33 pm
דורך מלא וגדוש
ס'איז א שווערע שאלה. איך האב עס גראדע געפרעגט ממש דע זעלבע שאלה פון הרב פילעפ, האט ער גענטפערט אז מדינא וואלט עס געווען פיין אבל דא עקא ס'איז א מצוה הבא בעבירה צוליב וואס ווידיא איז אסור וועל איך נישט יוצא זיין. כ'האב עם אפגעדאנקט און אנגערופן הרב נתן סליפקין און ער זאגט אז ס'איז נישט קיין שאלה אז ס'איז אקעי אבער דער ווידיא מוז האבן א רעזעלוציע פון עט ליעסט 1024 × 768. ווייניגער פון דעם וועל איך נישט יוצא זיין און אזוי פיר איך זוך.

זאג א שמייכל אפטיילונג האט איר אויך נישט געטראפן?

העפי האלידעיס!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:10 pm
דורך אפטעמיסט
די פראבלעם מיט די היינטיגע דיינים איז אז זיי טראכטן נישט צוויי פארן שיסן א תשובה, און אזוי פארזיגלען זיי, און א רגע, א וואלט-געקענט-זיין ר' עקיבא איגר שאלה וואס קען צושטורעמען די וועלט און אנזייען כאאס אויף אזא שטייגער ווי די קליווע גט.
מיין אויבן דערמאנטע פראגע, אויב גע'פסק'נט להיתר דורך א חשובע דיין און געשעצטע פראזענליכקייט, קען ווען זיין א ישועה לדורות פאר אזוי פיל טויזענטע אידן וואס בייסן זיך די נעגל ביים קוקן אויף די לעכט, קרעכצענדיג אז זיי זענען געבוירן געווארן חסידים און ברויכן זיצן א האלבע שעה בשעת אחיהם הליטוואקס והמקילים זיצען שוין לאנג ביי די פארטיס און האקן פאנקען. לדעתי וואלט א היתר ביי אונזער פאל געוועהן א רוחניות'דיגע דורכברוך וואס וואלט ערלויבט אסאך אידן וואס זענען ביז איצט נישט מחמיר צו אנהייבן איבער קוקן א ווידיאו פון די ליכט אין בעט. וואס זאל מען אבער טאן אז אונזערע דיינים לעבן אין באקסעס און ווילן ח"ו נישט הערן פון אזא פארשלאג.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:11 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:15 pm
דורך אפטעמיסט
יענע אשכול איז געווידמעט פאר 'קשיות', דיזע אשכול איז געמאכט פאר 'שאלות'.

שטעלסט צאם

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:59 am
דורך סאשי פיש

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:34 pm
דורך יין שרף
ווילסט אז דיין קעמערא זאל מקבל זיין די אור הגנוז ס'זאל קענען זעהן מסוף העולם ועד סופו...?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 1:12 am
דורך אפטעמיסט
סאיז זיכער אז א ווידיאו קען האבן א שטיקעל קדושה והא ראיה די חב"ד'סקער פלאמען און ברענען ביים זען די הייליגע 'מראות קודש' ווידיאוס, און בכלל, אפי' סתם חסידים ואנשי מעשה וואס קוקן נישט סתם קליפעס זענען יא אפן צו 'בחצרות קדשינו'. אוועק מיט די ליצנות. אפשר קען מען טאקע אזוי יוצא זיין דעם האלבען שעה?!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:41 am
דורך בשבילי!
ביז ווען קען מען לייגן תפילין אויב מ'איז געווען א אונס, אז ס'זאל נאך הייסן געלייגט תפילין?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:04 am
דורך [NAMELESS]
בדיעבד, זמן מוצאי דרבנו תם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:07 am
דורך בשבילי!
דער בדיעבד הייבט זיך אן ביים שקיעה?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:53 am
דורך געפילטע פיש
וואס הייסט בדיעבד? אויב מ'האט שוין געלייגט תפילין?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 5:26 am
דורך יואב
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס הייסט בדיעבד? אויב מ'האט שוין געלייגט תפילין?

דער געפילטע וועט קיינמאל פארפעלן צו שאקן די לעפצן.
לכאורה פרעגט געשילטע חוש א באמבע קשיא, אלא חסורי מחסרא והכי קתני. בדיעבד, ווען? כתמול שלשום (באונס שטייצעך) דאן, קען מען דאס לייגן לכתחילה משום עבר ושנה נעשה לו כהיתר. דאס אבער דרוש. ולענין הלכה נקטינן כממי שאמרו, דאם אנס ח"ו, יניח תפילין לכתחילה שבדיעבד (וואטעווער דעט מיענס) עד זמן רבינו תם. וכן נוהגין.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 7:12 am
דורך שטילע אינגערמאן
איך פארשטיי נישט די שאלה, די מוזט דאך זיצן דארט א האלבע שעה כדאי זאלסט אויף כאפען די וודיאו, נו איז קוק שוין דעמאלטס, אבער פארשטייט זיך קוק דירעקט נישט דורכן סקרין, אין ווידער אראף לייגן די טעלעפאן אז סזאל אליין אויך כאפען גייט שוין לכאורה אריין אין די מחלוקת פון מצוה צריכה כוונה צו נישט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:57 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס איז די הלכה, מיין בעל-הבית/חבר גיבט מיר 200 דאללער און שיקט מיר איינקויפן אפיס סאפפלייס, למשל.
ביים טשעק-אוט, זאגט מיר דער קעשיר, אז אויב שרייב איך איין מיין אימעיל וכו', קען איך צוריקבאקומען 5% פון דעם סעיל אין טאש אריין!!

די שאלה איז, בין איך בארעכטיג צו פארדינען דעם rebate, אדער כ'מוז דאס געבן פאר מיין משלח ?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:58 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער מחצית השקל זאגט אז וויבאלד דו האסט אריינגעגעבן "דיין" אימעיל ביזטו בארעכטיגט דערפאר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:23 pm
דורך קאווע טרינקער
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דער מחצית השקל זאגט אז וויבאלד דו האסט אריינגעגעבן "דיין" אימעיל ביזטו בארעכטיגט דערפאר.

די שאלה איז, מעג איך געבן מיין אימעיל אדרעססע? אדער געהערט די הנחה פאר וועם איך קויף איין.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:30 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז לכאורה תלוי אויב יענער האט דיר דווקא געשיקט אין יענע געשעפט. אויב האט ער דיר נישט געהייסן גיין אין יענע געשעפט דייקא, און וואלסט געקענט גיין אין אן אנדערען געשעפט, מעגסטו האלטן די הנחה פאר דיר. כנלע"ד.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 9:44 pm
דורך קאווע טרינקער
ביזט אזוי זיכער?
איך פארדיען דאך נאר ווייל כ'נוץ יענעמ'ס געלט ?