בלאט 1 פון 1
ניי פאעזיע " א מתנה, דאס דלות"
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
א פריש שטיקל פאעזיע לכבוד חג החנוכה, וזהו:
צוויי זאכן טוה איך פארמאגן
ברענענדיגע ליבשאפט און א ליידיגע מאגן
ביידע זאכן
ברענען און קאכן
די ליידיגע מאגן אזוי הונגעריג
די גרויסע ליבשאפט אזוי ברענענדיג
איך זוך א מתנה א שיינע
צו שענקען דעם געליבטן מיינע
איך געב אים וואס איך פארמאג אלעס
דאס ליבשאפט איינגעוויקלט אינעם דלות
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 9:50 pm
דורך קאווע טרינקער
ברוך מחיה קופערניקוס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:16 am
דורך ממרום שלח אש
נישט געוויסט ביזט געי.
געניאלע איינפאל וויזוי ארויסצוקומען פון קלאזעט
--
קוקענדיג נאכאמאל, זע איך ביזט גאר א פרוי, ווייסיך שוין נישט וואס איז מער שאקינג.
וויזוי זאגן זיי נאר? פלצות אחזתנו!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:18 pm
דורך ברסלבער
זייער שיין [tag]קופערניקוס[/tag]. אבער נאך אזוי לאנג ווארטן און זיך בענקן וואלט איך ערווארטעט עפעס
בעסערס, אבער לאמיר האפן אז די קליינע פתח של מחט וועט זיך פארברייטערן צו א פתחו של אולם, און דו וועסט נישט פארשווינדען נאכאמאל אזוי שנעל.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 1:28 pm
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:נו, מילא.
אבער אז קופערניקוס איז דא דרוקט זיך דער לייק קנעפל פון זיך אליין.
פארוואס בין איך צוריק? דאס זאגט ער נישט. לאמיר אפירזוכן דעם מדרש קופרניקוס זוטא
"כד חזא רב קופרניקסא האי חללא רבא דאיתהוו בי כנישתא כיון דחסרא לן רב יעקב נהוראי, ואמאי קרו ליה יעקב נהוראי דהוו מנהיר עיניינו דחכימא, אמר רב קופרניקסא כולא שעתא דרב יעקב ליתנייהו גבן איטמר להו, כמה דאיתמר הוי זנב לאריות. והוה רב קופרניקסא שדרא איגרתא לרב יעקב כההוא איגרתא דשלחא להו אהרוני לזלוני בבי מדרשא דצימתא ואכתב ביה חזור בך # 145 וכהדין בעי רב קופרניקסא וצווחא לרב יעקב תוב גבן, תוב גבן בגינך, תוב גבן בגין תלמידך ורחימך, תיב גבך כי היכי דליזכי לנהורא. וכד חזא רב יעקב האי פגיעא רבא דפגע רב קופרניקסא אמר ווי לן מההוא פגעא, וכד חזי רב קופרניקסא דכולי האי דבעי לא מהני אמר תא ונעביד סטריק"א ואמר כולא זימנא דרב יעקב לא כתבא, אפרש ואיזיל לי.
יומא חדא, ויום אידיהן כ"א כסלוא הווי עמד הגמון ומנבלא פומיה בשטותא ורב קופרניקסא הוי רגז עד דאתו ואמרו רב יעקב כתבא מילי טבא על ההוא גברא,והוו חדו בדבריה ואמרי כמה סגיאין מילייהו, אתי זימנא למיהדר ובמאי ניהדר כתבא לה מילי זעירא דזמרא כמה דאיתמר "מעט צרי, מעט דבש" והדרא. והדר כי היכי דליחזי למילי דרב יעקב וללייקא להון כמה דכתיב וילק קופרניקסא ליעקב אחיו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 1:58 pm
דורך געפילטע פיש
זוהר מתוק מדבש!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:03 am
דורך אפטעמיסט
אז מ'רעדט וועגן פאעזיע, ווי איז מעגליך נישט ארויפצוברענגען דעם מייסטער פאעמע פון המנוח [tag]קופערניקוס[/tag] ע"ה וואס איז נאך דא געווען מיט אונז א קנאפע יאר צוריק.
Re: ניי פאעזיע " א מתנה, דאס דלות"
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 11:07 am
דורך מי אני
ס׳איז באקאנט וואס די גמרא זאגט (נדרים מא.) אין עני אלא בדעה. ווי אויך איז באקאנט (ירושלמי ברכות ה ב) אם אין דעה הבדלה מנין. יעצט, ווי ערווענט
דא איז אהבה מכח אחדות און פאראייניגונג. דעריבער איז דער פייטן דא משוה זיין אהבה מיט דלות, ווייל עניות ווייזט אויף העדר הדעת וואס דעמאלטס איז נישט דא קיין הבדלה, פירוד, וחלוקה.
וכידוע פארגלייכט מען טאקע אשתו של אדם ללחמו (רש״י בראשית לט ו), ועיין
כאן.
https://youtu.be/U5rLz5AZBIA