פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:58 pm
די גאנצע וועלט איז אויף מיט די העלבראנץ פרשה. דא אין ק"ש האלט שוין די העלבראנץ אשכול ביי עלעוו בלעטער. אין בית המדרש און אויפן גאס שמועסן מענטשן מיט פארזארגטע פנימ'ער און פארקנייטשטע שטערנס. "האט מען זיי שוין געפונען? זענען די מיטגעמאכטע פרויען שוין באפרייט פון העלבראנצ'ס שווארצע נעגל? האט די סאשעל סערוויסעס מצליח געווען צו באפרייען די פארפייניגטע קינדער? עס כאפט א שוידער אין די ביינער צו טראכטן אז אין 2013 זאל אזא פארברעכן קענען פארקומען אויף אזא פארנעם, און דורך די וואס דארפן צו זיין דאס הייליגסטע און פרומסטע וואס די וועלט פארמאגט."
נעכטן שיקט מיר איינער אין אישי, "נו, וואס האסטו צו זאגן אויף די העלבראנץ פרשה, וואס האלטסטו?" איך האלט גארנישט בנוגע העלבראנץ וכת דיליה. מען רעדט דא פון א גרופע פון אפשר דרייסיג משוגעים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן לעבן אזא צודרייטע לעבן. עס גייט מיר פונקט אזוי פיל אן ווי עס גייט מיר אן עני אנדערע סעקטע אדער גרופע פון משוגעים. איך פיל שלעכט פאר די וואס זענען דארט שלא מרצונם, און איך האף אז זיי קענען געפינען א וועג ארויס. אבער ס'נישט מיין דאגה מער ווי אן עקסטרעמע קריסטליכע, מוסלמענער אדער אמיש סעקטע איז. די לב טהור כת האט אין מיינע אויגן גארנישט מיט יהדות, קוים וואס עס ענדלט דערין אביסל וזהו.
וואס יא, עס קומט מיר פאר זייער איראניש די וועג ווי אזוי אנשי שלומינו זענען אויפגעשאקלט פון די געפערליכע שמועות וואס מען הערט אויף די העלבראנץ חברה, זיי זענען גאר אויפגעשוידערט. עס קומט מיר אסאך מאל צו לאכן ווען איך הער ווי מענטשן דא רעדן דערפון מיט א סארט פאראיבל און פאראכט כאילו זיי וואלטן קיינמאל געטון אזעלכע זאכן. מורי ורבותי, ס'איז צייט זיך צו קוקן אין שפיגל, מישן די אייגענע טאפ אביסל, און מקיים זיין די קשוט עצמך. לאמיר נעמען די טענות איינס אויף אמאל.
העלבראנץ טוט ברעינוואשן זיינע חסידים.
אבער משא"כ ביי אונז אין סאטמאר לאזט מען יא אלע טראכטן פאר זיך. מיר ברעינוואשן נישט קיינעם. מיר געבן נאר איבער די פאקטן און מיר לאזן יעדער איינעם מאכן זייער אייגענע החלטות. מיר רעדן נישט איין אונזערע קינדער אז אונזערע רביס האבן געהאט הימלישע כוחות כדי זיי זאלן מקבל זיין זייער מרות אן קיין שאלות. מיר פארמאגן נישט קיין מנהיגים וואס מאכן שטיק ביים דאווענען אדער ביים ליינען קוויטלעך וכדומה אלץ א קאנווינסינג מעקאניזם. מיר לאזן אריין אלע ספרים און דעות, נאר א יעדער וועהלט למעשה אויס אונזער דרך ווייל עס איז די אמת.
מען שלאגט די קינדער מיט אייזערנע ווייערס.
איין יונגערמאן האט געקאכט אין בית מדרש מיט דעם טענה. "איר הערט א מעשה? זיי זענען ערגער ווי די נאציס! ווי אזוי טוט מען אזאנס צו קינדער? וואו איז זייער הארץ? מען מוז איבער דרייען וועלטן ביז סאשעל סערוויסעס נעמט צו אלע קינדער!" האלא, יונגערמאן, בארואיגט אייך. מיר אלע געדענקען גוט די הילכיגע פראסק וואס דו האסט אראפ געלאזט פאר דיין זון לעצטע חוה"מ סוכות אין בית המדרש. עס איז טאקע נישט מיט קיין ווייערס אבער דו ביזט פארט פונקט אזא רוצח. און וואס איז מיט די מלמדים וואס טיילן מערדערליכע קלעפ פאר קינדער, אדער שרעקליכע עונשים צו פייניגען און דערנידערן קינדער. לאמיר רופן סאשעל סערוויסעס אויף זיי. וואס איז מיט א סיסטעם וואס איז אויסגעשטעלט צו מאכן קינדער ארום גיין מיט שרעקליכע גילט געפילן טאג און נאכט צוליב דעם וואס זיי האבן געטון עפעס גאר נאטירליך וואס א יעדע קינד אין די וועלט האט א רעכט צו טון. מיט וואס פאר א רעכט האט די גרעסטע צדיק אין די וועלט רשות צו מקדיש זעקס גאנצע וואכן א יאר צו אינדאקטראנעיטען די שטותים אין יונגע קינדער? פארוואס איז עמאציאנאלע פיין מער אקצעפטבאר ווי פיזישע פיין?
זיי האבן נישט קיין חדר אדער שולע, זיי גיבן נישט קיין שום עדזשוקעישאן פאר די קינדער.
אבער מיר וואלטן דאס קיינמאל נישט געטון. מיר וואלטן קיינמאל נישט אפגעהאלטן וויכטיגע עדזשוקעישאן וואס עס פעלט אויס פאר אונזערע קינדער. דאס איז א ריכטיגע פארם פון ברעינוואשן און האלטן זיינע חברה אנגעהאנגן און אנגעוויזן אין אים און אין זייער קהלה. משא"כ אונז, מיר טוען גארנישט צו האלטן די קינדער אנגעוויזן און אריינגעשפארט לעולם ועד. פאר דעם קומען אונזערע קינדער ארויס פון אונזער חינוך סיסטעם אזוי עדזשוקעיטעד סיי מיט תורה און סיי מיט חכמה. פארדעם קענען אסאך פון אונזערע קינדער ניטאמאל עפענען א באנק אקאונט. זיי ווייסן נישט זייער אייגענע געבורטס-טאג און זיי קענען נישט חתמ'נען זייער אייגענע נאמען.
העלבראנץ צווינגט שידוכים, און ער איז מחליט ווער זאל זיך גט'ן.
משא"כ ביי אונז "צווינגט" מען נישט. מיר האבן א געוואלדיגע אויסגעהאלטענע שידוכים סיסטעם. מען ווארט ביז מען איז שוין אכצן יאר אלט, מען קען שוין מאכן "אייגענע" החלטות מיט וועמען מען וויל חתונה האבן. מען גייט ארויס א גוטע איין צוויי מאל, מען שמועסט אויס אלע "וויכטיגע" זאכן, ווי לדוגמא וויפיל געשוויסטער מען האט, וויפיל פעטערס און מומעס וכו'. די עלטערן האבן נישט קיין say in the matter בכלל. און ביי אונז איז נישט דא בכלל דער מושג פון נישט-צוגעפאסטע פארפעלקער. אויך בנוגע גיטין, ביי אונז איז נאך "קיינמאל" געווען א גט וואס איז געווען אינפלוענסד דורך רבנים? איך ווייס אז עס געשעהט נישט אפט, אבער עס געשעהט, איך אליין ווייס פון צוויי. די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז דאס מוז געשעהן מזמן לזמן.
וואס איז מיט די מאדנע קליידער וואס זיי טראגן? ממש ווי אין א קולט.
מיר האבן שוין אמאל געשמועסט פון דער טעמע. מיר זענען אלע מאדנע. ביי אונז זעהט אויס שמאטעס ארום די גאנצע גוף מאדנע. ביי די גאנצע וועלט זעהט א שטריימל און בעקישע אדער א הוט און רעקל פונקט אזוי מאדנע. און לאנגע ברייטע טונקעלע בגדים מיט אן ארומגעבינדענע קאפ איז בכלל נישט אין סטייל, ספעציעל ווען עס איז 90-100 דעגרי אינדערויסן. צווינגען קינדער נישט צו גיין מיט קורצע ערמל אין די זומער, אדער אז זיי מוזן גיין מיט קעצי גלעזער, אדער מיידלעך מיט דיקע שטרימפ און טונקעלע בגדים איז פונקט אזוי בארבאריש ווי צווינגען צו טראגן א בורקע. ספעציעל ווען דאס צווינגען ווערט געטון אויף אן אופן וואס שפילט אויף די אינערליכע געפילן.
איך ווייס אז איך האב געשריבן אביסל עקסטרעם און שארף, אבער איך מיין אז די נקודה איז קלאר. צדיקים פלעגן זאגן "א-ל אמונה ואין עול". אז ווען דער באשעפער שטראפט איינעם ליידט קיינער פאר גארנישט. ווען די משפחה פון א קענסער פאציענט ליידט, איז א יעדע טראפעלע פיין פון א יעדע באטראפענעם אויסגערעכנט. וממילא אויב הערט איר א שלעכטע בשורה, למשל אז א יונג ווייבל איז אוועק אין אן עקסידענט, און עס טוט אייך וויי, דארפט איר וויסן אז מען וויל עפעס פון אייך אויך.
ווען מיר הערן איבער די העלבראנץ פרשה, און אונזער הארץ בלוטיגט פאר נעבעך די אומשולדיגע פארכאפטע נשמות מוזן מיר געדענקען אז דער באשעפער האט אונז נישט געשיקט דער מעשה אונז וויי צו טון פאר גארנישט. דער באשעפער וויל אז מיר זאלן מאכן א חשבון הנפש. לאזן מיר אונזערע ווייבער און קינדער געפייניגט און געפירט ווערן ביי די נאז מיט זאכן וואס האט גארנישט מיט אידישקייט, נאר מיט תאוות השררה? האבן מיר א יד און צו לאזן קולט-סטייל אקטיוויטעטן און אינדאקטרענעישאנס במחנינו? זענען מיר פיל בעסער ווי העלבראנץ?
עס איז שוין הויך צייט צו מאכן אן ערנסטע חשבון הנפש, און מסלק זיין די עושי עוולה.
.