וואו זענען אונזער פארבן?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 8:27 pm
ווען די גוי'שע מידיע שרייבט וועגן חסידים איז גאנץ א זיכערע "בעט" אז די ווארט שווארץ וועט זיך געפונען ערגעץ אין די ארטיקל. Chassidim = people with black coats and black hats. דאס איז דאך די גרינגסטע וועג אונז צו שילדערן. (אמאל פלעגן כאטש די פרויען גיין אין געפארבטע קליידער, אבער אין די לעצטע פאר יאר גייען מערסטענס פרויען בעיקר אין שווארצע קליידונג.)
כאטש עס איז גאנץ offensive אז מ'קוקט אונז אן נישט אלס אינדיווידועלע מענטשן מיט פערזענליכע נאטורן און געפילן נאר אלס איין גרויסע שווארצע mass, קענען מיר באמת נישט האבן קיין טענות. אויף קיין שום זאך—מצוה אדער עבירה—לייגן מיר נישט אזא דגוש ווי אויף לבוש. און אויב מאכט זיך אז איינער פרובירט צו טענה'ען איבער די לעכערליכקייט פון שטעלן גאנץ אידישקייט אויף לבוש—אין פאל למשל, אז מ'וויל נישט אננעמען א קינד אין א מוסד ווייל די טאטע גייט מיט א טי-שירט—קומט מען מיט די ענטפער אז קליידונג איז מסורה. אויב וועלן מיר טוישן די לבוש וואס אונזערע עלטערן זענען געגאנגען, ווי וועט זיך עס אפשטעלן?
איך נעם זייער ערענסט די טענה. דעריבער איז מיר גאר אינטערעסאנט געווען צו טרעפן דאס בילד אין די New York Public Library ארכיוון. דאס בילד האט מען געמאלן און געפארבט אין 1768, באלד נאך חסידות איז געגרונדעט געווארן. איך האלט אז מ'קען גרונג זאגן אז ער גייט אין שטריימל בעקיטשע. אבער איך בין איבערראשט פון די פארבן. אויב דאס איז אונזער מסורה, וואלט נישט געמיזט G&G ארויסקומען מיט א נייע line?
http://digitalgallery.nypl.org/nypldigi ... Num&pos=82
Habit of a Polish Jew in 1768. Juif Polanais.
Image Details
Image Title: Habit of a Polish Jew in 1768. Juif Polanais.
Creator: Le Prince, Jean-Baptiste, 1734-1781 -- Artist
Depicted Date: 1768
Medium: Engravings -- Hand-colored
Specific Material Type: prints
Item/Page/Plate: 113
Source: A collection of the dresses of different nations, antient [sic] and modern. Particularly old English dresses; after the designs of Holbein, Vandyke, Hollar and others, with an account of the authorities from which the figures are taken, and some short historical remarks on the subject. To which are added the habits of the principal characters on the English stage.
Source Description: 4 v. 480 col. plates. 34 cm.
Location: Stephen A. Schwarzman Building / Art and Architecture Collection, Miriam and Ira D. Wallach Division of Art, Prints and Photographs
Catalog Call Number: MMC+ (Collection of the dresses of different nations)