בלאט 1 פון 1

העי, דו ווערסט ווייַס! וואס גייט פאר?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 9:14 pm
דורך חנניה זרח שטיגליץ
אנטשולדיגט, וואס ווילט איר פון מיר?!?
צום דריטן מאל אין בערך צוויי דריי וואכן וואס "חברים" וואס מיינען זיכער נאר מיין גוטס האבן געשטעלט פאר מיר די פראגע ברבים. און גיי שוין, ווען כ'קוק זיך אין מירער זע'ך בכלל נישט קאליר ווייַס. יא א האר דא און דארט טוישט זיך, כ'בין שוין נישט 30. איז וואס?

אידן מיינען קיינמאל נישט שלעכט, מ'האט נישט וואס צו רעדן. דאס ווייסט מען שוין יא, אז ווען מ'טרעפט אן א פרעמד'ן פרעגט מען נישט וויפיל קינדער האט איר? אבער ווען מ'זעהט א חבר נאך א שטיק צייט נישט זען און מ'שרייעט הויעך העי וואס גייט פאר ווערטס מיר ווייַס, הא? סטרעס? דזשאב? צער גידול? טייערע פריינט כ'האב עס אפשר נישט ארויסגעוויזען אבער ס'האט מיר וויי געטון, אפילו ס'איז נישט קיין בושה ווען צוויי דריי הארעלעך ווערן ווייַס, בין איך נישט גרייט געווען אויף אזא פערזענליכע דייעגנאסעס פון דיר ברבים נאך דערצו ווען מ'פארשטייט וואס דאס דארף לכאורה אינדיקירן.

טייערע חבר נעקסט טיים דו זעהסט מיר אין דריי חדשים און זעסט נאך א ווייַס הארעל, שפרינג נישט אויף. מוזט נישט אלץ רעדן, סיג לחכמה שתיקה.

אז איר וועט נישט אויפהערן האב איך מורא אז כ'וועל טאקע ווייַס ווערן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 11:57 pm
דורך מאטי
פון דיין נאמען אליינס קען מען ווייס ווערן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 12:11 am
דורך פרישער
די נאמען איז ווייסליך זעלבסט, און היינטיגע צייטן איז מען זיך מונע פון געיבן אזעלכע נעימען,

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 8:23 pm
דורך איחוד פעלד
נעמט עס גרינג, וואונטש אהן דיין חבר, דער אויבערשטער זאל העלפען זאלסט אויך ווייס ווערען. שונאי ישראל זאלען נישט ווייס ווערען אמן.

שטיגליץ הערינג איז דער ווייסער הערינג?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 8:35 pm
דורך חנניה זרח שטיגליץ
אמן ואמן, אבער ווען די רעדע איז ווייַס ווערן ביי די 33 ווייס איך נישט ווי בעטעמט דאס איז. ענדערש ווינטש איך יעדן זאל ווייַס ווערן ביי די מיטעלע 50 אדער 60 יארן. שטיגליץ איז דער ווייַסער הערינג יא. ס'איז גאר גוט, ספעציעל פון פלאמס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
שוין, די נאמען איז חנניה, 33, מיט ווייסע האר. איך ווייס ווער די ביסט. אזא גרינגע גילו געשעהנט נישט יעדן טאג. :D