בלאט 1 פון 1

דער פתרון פון פרעה'ס חלום, אן איינשטיין אויפטרעף

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 1:42 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
אוי איז דאס געווען א שיינע שאלעשסועדעס תורה פונעם הייליגען פיקטיווער רבי זז"ג. אזאש אז איך מיז עס מיטטיילן דא.

הנמצא כזה איש אשר רוח אלקים בו. האט דער רבי במתק לשונו זיך געשטעלט אויף דעם געוואלדיגען חכמה פון דעם פתרון חלום.
אמער, וואס טוען דען סימבאלעזירן קיהען מיט זאנגען? אוודאי עסן. מאגערע קיהען, אויסגעקלאפטע זאנגען איז ווייניג עסן. פעטע קיהען, פולע זאנגען איז אסאך עסן.
דאס איז א' ב'. פארדעם האלט אים פרעה פאר א חכם הרזים עד כדי כך אז ער מאכט אים זאפארט משנה למלך.
דער רבי כדרכו קוקט זיך נישט פאר. נאר וואס עס באלעבט אים בשעת מעשה דאס קומט ארויס פון אים. ממש ה' שפתי תפתח, ער לאזט דעם אייבערשטער רעדן, שכינה מדברת...
דער עולם זיצט פארגאפט, עס איז דאך אזא פשוטע שאלה, פארוואס איז דאס אונז נישט שווער געווען?
דער רבי כדרכו, קוקט אויפן עולם, ער וויל מיטלעבן זיין חברייא, נאר וןעגן דעם איז ער א רבי. יעצט שפירט ער טאקע דאס וואס זיי פרעגן זיך אליין.
און אזוי פארדביקהט ער זיך אין זיין עולם.

אהה, דער רבי ווערט יעצט ווייטער כמעין המתגבר.
זיינע חסידים האבען אים מגלה געווען דעם תירוץ.
פארוואס טאקע איז זיי נישט איינגעפאלן צו פרעגן די פשוטע שאלה? ווייל די גרעסטע קונץ אויף די וועלט איז אראפשיילן נאך א שיכט פון הנחות קדומות, און נאך א שיכט.
די שוועריקייט איז ווייל מען איז בכלל נישט באוואוסטזיניג אז מען האט אט דעם הנחה, און לכבוד דעם ווערט אלעס פארדרייט.
דער הייליגער רבי איז ממשיך, אז אויב מיר זעהן ווי אלע חרטומים האבן נישט געקענט פותר זיין, דאן מוז זיין אז די קולטור, די הנחה איז געווען אז די פתרון פון א חלום דארף זיין קאמפליצירט און מפולפל. מען דארף אהערשטעלן דקותדיגע ליטווישע דינים, צוזאמען מיט חסידישע גימטריאות און ראשי תיבות.
איז געקומען יוסף און האט געזאגט די פשטות. ער האט געהאט די כוח צו קוקן אויף א מצב דורךדרינגלעך, און נישט בלייבן שטיין ביי הנחות וואס דער קולטור און סאסייעטי האט אפגעמאכט.
אזא מענטש קוקט דורך יעדע זאך לאמיתו של ענין, אזא מענטש איז אן עכטער חכם און וועט זיף ספראווען מיט יעדע מצב אויף א מייסטערהאפטליכע אופן.
הנמצא כזה איש אשר רוח אלוקים בו, מאכט רש"י, אם נלך ונבקשנו הנמצא כמוהו. פארטייטשט דער בעל שם טוב אז רש"י ברענגט דא ארויס גאר א גרויסע דרגא פון חכמה. נישט נאר איז יוסף א גרויסע חכם, נאר מען קען אפי' נישט טרעפן איינעם אזוי ווי עם וואס זאל אים אפי' קענען אפשאצען.
ווייל ווען איינער מאכט א פאראדיגם טויש, ווען איינער איז אינדרויסן פון די הנחות קדומות פון זיין סאסייעטי, איז נישטא דער מעסטער מיט וואס אים צו מעסטן. מען איז דאך אנגעפיקעוועט מיט די אלטע הנחות, מען איז פעלזן פעסט מיט די יסודות, כיתד בל תמוט. אז איינער זאגט אנדערש ווי אט די הנחות איז פשוט ביי קינד און קייט אז ער רעדט שטותים.
נאר איינער וואס איז א חכם כמוהו, נאר איינער וואס האט די כחות זיך ארויסצודראפען פון די הנחות קדומות, נאר ער קען אפפרישיעיטן און אנערקענען אז זיינע ווערטער זענען דברי חכמה וצדק.

פירט אבער דער רבי אויס, אז אפילו דער גאנצע שטיקל תורה דא איז מסתמא פיל מיט הנחות קדומות מוטעת. איי פארוואס זאג איך אייך דאס גאנצע פשעטל דא....ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:20 pm
דורך הקטן
WE CANNOT SOLVE PROBLEMS AT THE SAME LEVEL AT WHICH WE CREATED THEM.

Albert Einstein

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:30 pm
דורך ממרום שלח אש
וואו איז ער דער פיקטיווער רבי? לאמיך אים געבן א קוויטל.

רגע , רגע, וואסערע מין הנחה קדומה איז דאס, ווייל ער זאגט גוטע תורה ברויך איך אים געבן א קוויטל..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:39 pm
דורך נולד מאוחר
חוץ וואס יוסף.איז נישט געווען ארגינעל פון די מצרישע קולטער, איז געווען נאך א סיבה פארוואס ער האט געקענט טראכטען אן הנחות קדומת.
ווען איינער גייט דורך א טראמא ווי אייגענע ברודער ווארפן דיר אריין אין אגריב אין זענען גרייט דיר צי הרגנן. ווערט אויפגעשאקלט אלע הנחות קדומת. ער זעט פלוצלינג אז דאס וואס ער האט אלץ געהאלטן איבער ברודערס ריעלעשנשיפ איז געווען א טעות.
סאיז א בחינה ווי איינער ווערט געוואר אז זיין טאטע'ס רבי איז מאלעסטער קען ביי עם ציזאמפאלן די גאנצע אידישע יסוד.