בלאט 1 פון 1
שנות נעוריי, פאעזיע.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 11:50 am
דורך אפטעמיסט
אין חדר פארפירט
נישט געלערנט קיין ווארט
אין פלאץ נישט געשפירט
זיך נישט געפינען דאס ארט
מיינע ישיבה יארן
אין די ביינער זיי ליגען
סהעט אלס בלייבן אין זכרון
ווי מהאט מיר תמיד אויסגעשפיגען
מיינע רביס געשריגן
סאיז הא בהא תליא
אויב העסט אין תורה נישט ליגן
וועסטו וואקסען א קטלא קניא
אדערווייל, יארן פאריבער
געלט, גאנצע פעסער
א ווייבל און זיסע קינדער
סקען נישט זיין בעסער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 12:26 pm
דורך טשולענט
טייערער ר' אפטעמיסט
פון א גוט לעבן דו געניסט
פיל השפעות ס'גיסט
ממש יעדעם ס'גליסט
קודם בכלל אז דו עקזיסט
און אז א בר מזל דו ביסט
געלט אן א שיעור פליסט
חוזק'ן מלמדים דו טוהסט
זאגן אזאנס איז פוסט
"גאט ב"ה אלעס באשליסט"
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 12:53 pm
דורך יואב
טשולענט האט געשריבן:טייערער ר' אפטעמיסט
פון א גוט לעבן דו געניסט
פיל השפעות ס'גיסט
ממש יעדעם ס'גליסט
קודם בכלל אז דו עקזיסט
און אז א בר מזל דו ביסט
געלט אן א שיעור פליסט
חוזק'ן מלמדים דו טוהסט
זאגן אזאנס איז פוסט
"גאט ב"ה אלעס באשליסט"
לדעתי איז דאס קיין מאנגל אין ביטחון
געהערט האט איר אמאל פון "ניצחון"
געהאט האט ער א מלמד א סירחון
געהאלטן אז מתנה בפניו זכין
געשטעלט האט ער זיך געמוזט לבחון
א פרישע געלעגנהייט זיין נשמה'לע לטחון
די ביינער צעקלאפט און געטוהן טשוכען
געמיינט ער וועט ענדיגן אלס הולך גחון
געגרייכט האט ער אבער סוקסעס במקום יגון
טאקע חנוכה א פאסיג טאג צו פייערן ניצחון
גראמען אין יעדן פאל איז פון מיר א ווייטע שכן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 1:41 pm
דורך אפטעמיסט
די מלמדים מיט די קללות
געפראסקעט מיינע בעקען
געשריגען מיט יללות
איך וועל האניג נישט לעקן
קיין שגץ נישט געוועהן
נישט קיין עושה מעשה נחום
נאר געוועהן פלעין
א שטיקל אויבערחכם
פארט האבן מיינע מורים
געשוואוירען מיט פאקסן
אז שלעכטס בין איך מיך גורם
און א לא יוצלח וועל איך וואקסען
דערפאר טו איך טרומפען
טאקע חנוכה היינט
אז כבין נישט געזינקען
נאר סגייט מיר בעסער ווי געפלאנט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 1:53 pm
דורך ממרום שלח אש
איך בין העפפי פאר דיר, אבער אז דו האסט געלט פראווסטו דיינע מלמדים ראנג?
זיי האבן געזאגט אז קיין מורה מורנו וועסטו נישט אויסוואקסן, און כפי הנראה האבן זיי רעכט געהאט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 3:42 pm
דורך אפטעמיסט
די וועלט אזוי צעדולט
צי נעמט מען עס אין אכט
כבין סך הכל געוועהן פארשפילט
און די צייט אביסל פארבראכט
אבער מיינע אויבערהארן
מיינע רעכטן געטוען דיסקרימינירן
פון פריידע געמאכט קאשמארן
נישט אויפגעהערט טערעראזירן
נישט אויפגעהערט סטראשן
אז די גיהנום איז גרויס
מיר כסדר באוואשען
איך וועל פון דארט קיינמאל ארויס
אבער מעז יצא מתוק
איך קלאפ מיר די בני מעיים
אין ריזיגע ביזנעס בין איך עסוק
און קינדערלעך ליכטיג כשמש בצהריים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]אפטעמיסט[/tag] הערליך געשילדערט!!
דארפסט צו זיין א ביזי בדחן, אז דו מאכסט פון דעם אזוי סאך געלט.