בלאט 1 פון 1
היפאטעזיע: מיר שטאמען אויך פון חזרים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:24 pm
דורך ממרום שלח אש
א נייע גאר קאנטרעווערסיאלע היפאטעזיע, דורך א א גענטיסט וואס איז א וועלט בארימטע אויטאריטעט אויף הרכבה אין חיות, טענהט אז מענטשן זענען צושטאנד געקומען דורך א הרכבה פון א חזיר זכר און א שימפאנזע נקבה.
נאך איידער איר מאכט עס אוועק אינגאנצן, נעם אין באטראכט די פאלגענדע.
מיר ווייסן שוין לאנג אז מענטשן האבן גאר שטארקע
ענליכקייטן צו א חזיר, אויך נעמט פון זיי אדערן און טישו איינצופלאנצן אין מענטשן.
אויך ווייס מער אז פארשידענע זאכן זענען מיר היבש אנדערש פון עיפס.
טענה'ט דער סייענטיסט אז די אלע זאכן דאיכא באדם ולא בעיפ, נמצא בחזיר!
איין זאך וואס איך האב אלץ באמערקט אויף א חזיר, איז זיינע אויגן, די איי לעשעס (וויזוי זאגט מען עס אין אידיש?) איז לאנג און געדעכט, כמיין סנאר בנמצא ביי מענטשן.
נייעס ארטיקל
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... icist.htmlדא איז א קורצע הבסר מיט א (הומאריסטישע) ווידעאו
http://phys.org/news/2013-07-chimp-pig- ... umans.htmlלענגערע הסבר אויף זיין וועבסייט
http://www.macroevolution.net/human-ori ... pzd5eLxSx2
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:27 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:28 pm
דורך נאטרוליסט
מענטשן שטאמען נאר פון "חזירים"?
איך קען געוויסע מענטשן וועלכע זענען "אליינס" חזירים!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:46 pm
דורך גאלד
גמ' תענית כ"א ב
אמרו ליה לרב יהודה מ'איז געקומען פארציילן פאר רב יהודה, איכא מותנא בחזירי רבי! א עפעדעמיע האט זיך אריינגעכאפט צווישן די חזירים און זיי פייגערן אויס, גזר תעניתא האט רב יהודה געזאגט, דאס איז טאקע א ערענסטע זאך און מ'זאל שוין גוזר תענית זיין, נימא קסבר רב יהודה מכה משולחת ממין אחד משולחת מכל המינין קלערט די גמ', ס'קען דאך נישט זיין אז צוליב א מגפה ביי איין סארט בהמה טמאה זאל רב יהודה גוזר תענית זיין, מוז דאך אוואדי זיין אז רב יהודה האט געהאלטן אז אויב עס כאפט זיך אריין א קרענק ביין איין סארט חי' דארף מען חושש זיין אז ס'וועט זיך עס אויסשפרייטן ביי אלע מינים און אלע בהמות וועלן אויספייגערן וואס דאס איז שוין יא מעגליך א מער ערענסטע פראבלעם, לא זאגט די גמ' ניין, נישט דאס איז די סיבה פון רב יהודה פארן גוזר תענית זיין, שאני חזירי דדמיין מעייהו לבני אינשי חזירים זענען א אויסנאם ווייל זייערע געדערם זענען ענדליך צו מענטשן, ממילא א קרענק ביי חזרים קען זיך אויסשפרייטן ביי מענטשן,
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:48 pm
דורך שרייבער
פאלט דיר גארנישט ביי אז חזירים שטאמען פון מענטשן, איך קען אסאך אזעלכע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 3:06 pm
דורך היימישער ליטוואק
די שארפע אויגן פון דעם חזיר זענען דאך פחדים'דיג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:52 pm
דורך איחוד פעלד
מען דארף געבען קרעדיט צו דער מקור המאמר פין יאיר'ס עיפ אשכול.
עס איז אינטרעסאנט ווי איינער קען זאגען א זאך, סתם אהן א חשבון, ווייל ווען מען טוט היינט מרכיב זיין א חזיר מיט א מאנקי געשעהט דאך גארנישט, מהיכי תיתי זאל דאס יא דעמאלס האבען געשעהן. און בכלל וואלט דאך דער חזיר מיט דער מאנקי געדארפט האבען א זכר מיט א נקבה, הייסט עס אז עס איז צוויי מאל געשעהן, און מער נישט?
אז מען רעדט שוין, חזיר פלייש ווען מען פארברענט עס שמעקט עס ווי מענטשען פלייש, מהאי טעמא זאגט ר' סליפקין האט דער תורה געאסר'ט חזיר הגם ער איז מפריס פרסה, ווייל דער תורה האט געוואלט מפריש זיין דער מענטש פין זיי וועלכע ענליכקייט צו בשר האדם. (הגם אז דער שטיקעל תורה איז אנגעפרעגט לויט די ראשונים וואס האלטען אז בשר אדם איז נאר אסור מדרבנן, וצ"עג).
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:56 pm
דורך היימישער ליטוואק
איחוד פעלד האט געשריבן:מען דארף געבען קרעדיט צו דער מקור המאמר פין יאיר'ס עיפ אשכול.
עס איז אינטרעסאנט ווי איינער קען זאגען א זאך, סתם אהן א חשבון, ווייל ווען מען טוט היינט מרכיב זיין א חזיר מיט א מאנקי געשעהט דאך גארנישט, מהיכי תיתי זאל דאס יא דעמאלס האבען געשעהן. און בכלל וואלט דאך דער חזיר מיט דער מאנקי געדארפט האבען א זכר מיט א נקבה, הייסט עס אז עס איז צוויי מאל געשעהן, און מער נישט?
אז מען רעדט שוין, חזיר פלייש ווען מען פארברענט עס שמעקט עס ווי מענטשען פלייש, מהאי טעמא זאגט ר' סליפקין האט דער תורה געאסר'ט חזיר הגם ער איז מפריס פרסה, ווייל דער תורה האט געוואלט מפריש זיין דער מענטש פין זיי וועלכע ענליכקייט צו בשר האדם. (הגם אז דער שטיקעל תורה איז אנגעפרעגט לויט די ראשונים וואס האלטען אז בשר אדם איז נאר אסור מדרבנן, וצ"עג).
פ"וו דארף רבינו סלפיקין זאגן דאס, עס איז דאך נישט מעלה גרה?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:47 pm
דורך יין שרף
היימישער ליטוואק האט געשריבן:די שארפע אויגן פון דעם חזיר זענען דאך פחדים'דיג
הה"ד "די שארפע אויגן... די טריפה'נע אויגן... זיי באמערקן די אלע ענינים...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:44 pm
דורך איחוד פעלד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:מען דארף געבען קרעדיט צו דער מקור המאמר פין יאיר'ס עיפ אשכול.
עס איז אינטרעסאנט ווי איינער קען זאגען א זאך, סתם אהן א חשבון, ווייל ווען מען טוט היינט מרכיב זיין א חזיר מיט א מאנקי געשעהט דאך גארנישט, מהיכי תיתי זאל דאס יא דעמאלס האבען געשעהן. און בכלל וואלט דאך דער חזיר מיט דער מאנקי געדארפט האבען א זכר מיט א נקבה, הייסט עס אז עס איז צוויי מאל געשעהן, און מער נישט?
אז מען רעדט שוין, חזיר פלייש ווען מען פארברענט עס שמעקט עס ווי מענטשען פלייש, מהאי טעמא זאגט ר' סליפקין האט דער תורה געאסר'ט חזיר הגם ער איז מפריס פרסה, ווייל דער תורה האט געוואלט מפריש זיין דער מענטש פין זיי וועלכע ענליכקייט צו בשר האדם. (הגם אז דער שטיקעל תורה איז אנגעפרעגט לויט די ראשונים וואס האלטען אז בשר אדם איז נאר אסור מדרבנן, וצ"עג).
פ"וו דארף רבינו סלפיקין זאגן דאס, עס איז דאך נישט מעלה גרה?
כ'מיין ער איז מסביר די שנאה צו דער אכילת חזיר, עפעס אזוי. אויב נייגערט עס דיר זייער זיך עס נאך אין זיין בלוג.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:20 am
דורך [NAMELESS]
חזיר איינער.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:22 pm
דורך יאיר
ווי לאנג עס ווערט נישט פעסטגעשטעלט דורך די ען עי איז דאס א תולה ארץ על בלימה. איך קען טרעפן נאך זיבן בעלי חיים וואס זענען ענליך צו מענטשן און קיינער זאגט נישט אז מיר שטאמען פון זיי, למשל דאלפינס, פאפוגייס, ועוד. דאס שטאמען פון עיפס איז געבויט אויף הארטע פאקטן, פון חזירים אויף א שיינער חלום, כאטש עס וואלט געווען גאנץ אינטערעסאנט אויב עס ווערט מקויים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:33 pm
דורך ממרום שלח אש
יאיר האט געשריבן:ווי לאנג עס ווערט נישט פעסטגעשטעלט דורך די ען עי איז דאס א תולה ארץ על בלימה. איך קען טרעפן נאך זיבן בעלי חיים וואס זענען ענליך צו מענטשן און קיינער זאגט נישט אז מיר שטאמען פון זיי, למשל דאלפינס, פאפוגייס, ועוד. דאס שטאמען פון עיפס איז געבויט אויף הארטע פאקטן, פון חזירים אויף א שיינער חלום, כאטש עס וואלט געווען גאנץ אינטערעסאנט אויב עס ווערט מקויים.
ליין דורך, ער אדרעסירט דעם ענין פון די ען עי.
"אן די ען עי איז תולה ארץ על בלימה"? וואס עפעס? די עיפ הנחה איז געווען אנגענומען פאר לאנגע יארן אן די ען עי (די ען עי האט עס טאקע לבסוף באשטעטיגט).
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 5:01 pm
דורך ממרום שלח אש
אליבא דאמת האט געשריבן:איז דען בכלל מעגליך היינט צאמצושטעלען א חזיר מיט א מאנקי אז ס'זאל געבוירן ווערן א לעבעדיגע זאך??
ער טענהט אז עס איז מעגליך אין געוויסע אוומשטענדן, נאר ער וויל עס נישט טון למעשה, צוליב עטישע סיבות.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 5:28 pm
דורך ממרום שלח אש
אלץ ווען מען רעד פון אזעלכע סארט עקספרימענטן איז עס זייער א האקעלע סובשזעקט, יעדער פארשטייט אז מען קען נישט עקספרימענטן מיט די ען עי און למשל באשאפן א בעבי מיט די נאז אויפן רוקן, ווייל ווער געט דיר די רעכט צו שפילן מיט א צווייטן מענטש.
דאס אזי אויך די סיבה פארוואס מען האלט זיך אפ פון קלאונען א ניאנדרטאל און איינפלאנצן אין א מענטשליכע פרוי, כאטש עס איז לכאורה זיכער אז עס וועט געבוירן, ווייל עס האט שוין פאסירט בעבר, אבער ער וועט האבן א שווער לעבן אין א וועלט וואו האמא סעפיענס רעגירן, ער וועט זיין איינזאם און זיך נישט גוט געפינען וכו.
אויב א מורכב פון א שימפאנזע און א חזיר איז עטוואס מער מענטשליך איז עס א האקעלע זאך.
מען ברויך נאכאמאל באטאנען, ער איז א וועלטס אוטאריטעט אויף הרכבה, נישט עפעס א זו ראביי. ממילא ווען ער זאגט אז עס איז מעגליך אין טעריע איז עס גענוג וואגיג. (איך רעד נישט פון די עצם היפאטעזיע)
יוש ער זעט דאך אויס אינגאצען ווי דער זיידע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:03 am
דורך יאכנע
גוטזאגערס אין ירושלים האבען דערציילט, אז די שניר פון בן גריון איז געוועזען א גויטע און זי האט זייער ליב געהאט צו עסען חזיר,
אבער אין ארץ ישראל בימים ההם איז געוועזען א בושה דאס צו קויפען
דערפאר האט די שניר בבית גוריון גענומען א בעיבי קערידזש און געקויפט א חזיר'ל בשתיקה און עס אריינגעהילט אין א בעיבי דעקע און עס אריין געלייגט אין דער קערידזש, האפענדיג אז קיינער וועט נישט מערקען
גייענדיג אין גאס באימה וביראה, קימט איר אקעגען א חבר'טע און זי שרייט
יוש! כ'האב נישט געוויסט אז די האסט געבוירען א בעיבי! וואוו! לאמיך זען! שרייט די שניר 'ניין ניין ניין'. די טענות האטט נישט געהאלפען און כדרך היאכנעס האט זי געגעבע א דעק אויף, ווי נאר די חבר'טע זעט דעם חזיר זאגט זי
יוש! ער זעט דאך אויס אינגאצען ווי דער זיידע....