בלאט 1 פון 1
רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:16 am
דורך לעמיל
איך האב א אינטערסאנטע קשיה און איך וואלט זייער געוואלט הערין וואס די עולם האלט דערוועגין
אמאל זענען אידען געוין אין די ניטינג ביזנעס און דארט געמאכט געלט שפעטער איז מען אריבער צו האומס וי אידען האבען שיין מצלח דערנאך איז געוין די סטאק מארקעט און צום לעצט איז געוין די ריעל עסטעט וי אינגע חברה האבען געמאכט געלט יעצט איז מיין שאלה וואס גייט זיין די נעקסט זאך וואס אידען וועלין וואקסען און מצליח זיין??? אפשר פארקויפען אויפן אינרנעט? וואס האלט איר?
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:38 am
דורך יידל
פודסטעמפס און מעדיקעיד.
אבער ערנסט גערעדט, ווער זאגט אז אלעאידן דארפן מאכן געלט פונעם זעלבן מקור?
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:43 am
דורך לעמיל
די מצואת איז אז אידען האבען אייביג זיך גענימען אויף איין זאך און זיי האבען דארט מצליח געויןן
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:47 am
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:די מצואת איז אז אידען האבען אייביג זיך גענימען אויף איין זאך און זיי האבען דארט מצליח געויןן
אייביג = לעצטע 60 יאר?
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:51 am
דורך משה רוקח
האסט אויסגעלאזט די דיימאנט אינדאסטרי.
לדעתי וועט עס נאך צוריק ווערן א מוצלח'דיגע ביזנעס.
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:57 am
דורך לעמיל
די מיינסט אז פאר 60 יאר איז נישט געוין זאכען וי אידען האבען מצלח געוין???? קרעטשמעס..... שאל אביך ויגידך זקנך ויאמרו לך!!!!!!!!
דיימענד ביזנעס מיין איך איז אובער עס איז דא היינט די נאכגעמאכט וואס איז נאך שענער פין די ארגינעלא
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:03 am
דורך משה רוקח
ס'טאקע דא די נאכגעמאכטע, אבער מענטשן ווילן נאך אלס האבן די עכטע. און די מינוט די עקאנאמי פארט ארויף הייבט יעדער אהן איינקויפן אלע דזשולערי וואס זיי האבן געדארפט פארקויפן ביים קראך כדי צו צאלן רענט.
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:10 am
דורך gehlungen
I remember they used to say that the rbshl"olm put away for the pleitim of the war NEEDLE & DIAMOND
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:11 am
דורך לעמיל
אז א מענטש קען האבען נאכגעמאכטע פאר א פערטיל פרייז גלייב איך נישט ער וועט צאלען אזויפיל פאר עכט בפרט אז היינט מיט די חתונה תקנות אין די חתונה מאלס קויפעט מען שוין אפי' פאר כלות די נאכגעמאכטע....... איך מיין אז עס דא א בעסרע ענפער
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:11 am
דורך ידען
Please change the name of this eshkol
This is no debate.
Just write
Looking for ways to get rich
Re:רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:14 am
דורך לעמיל
געפעלט דיך מער?
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:14 am
דורך לעמיל
סארי אבער ויאזוי טויש איך די קעפיל פין די אשכול?
Re: אינטערסאנטע דאבאטע
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:25 am
דורך ידען
גיי צו דיין ערשטע שטיקל און קוועטש די רעדאגיר קנעפעל און קענסט דארט טוישן
Re: רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:30 am
דורך לעמיל
געפעלט דיך מער?
Re: רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:41 am
דורך ידען
לעמיל האט געשריבן:געפעלט דיך מער?
קענסטעך יא

Re: רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:42 am
דורך לעמיל
איך??? קע"ה..........געב מיר כאטש א לייק פארדעים

Re: רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 12:37 pm
דורך chasid
ס'איז זיכער אז דער עתיד -דא אין אמעריקע- פון מאכן געלט ליגט אינם קאמפיוטער/אינטערנעט, און נישט אין פיזישע ארבעט
פארשטייט זיך אז ס'איז דא אסאאאך סארטן דזשאבס
Re: רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 8:22 pm
דורך משה געציל
נאכען דורך ליינען די עדס אין די אידישע אויסגאבעס, קומט מיר אויס, אז לעֶיסעֶר העיר רימאָבעֶל איז די נייע דיימאנט אינדערסטארי...
Re: רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:01 am
דורך שרגא
משה געציל האט געשריבן:נאכען דורך ליינען די עדס אין די אידישע אויסגאבעס, קומט מיר אויס, אז לעֶיסעֶר העיר רימאָבעֶל איז די נייע דיימאנט אינדערסטארי...
און נאכ'ן דורכליינען די אויסגאבעס אליין, קוקט מיר אויס ווי שרייבעריי זיכער
נישט 
Re: רייכקייט! ויאזוי באקימט מען דאס?
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:07 am
דורך זר זהב
chasid האט געשריבן:ס'איז זיכער אז דער עתיד -דא אין אמעריקע- פון מאכן געלט ליגט אינם קאמפיוטער/אינטערנעט, און נישט אין פיזישע ארבעט
פארשטייט זיך אז ס'איז דא אסאאאך סארטן דזשאבס
און דאס ברענגט צו
דאס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:45 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
AMAZON