בלאט 1 פון 1

בארד וואו דיין איד, פאעזיע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 5:23 pm
דורך אפטעמיסט
דער שטיבל פארט אויף רעדער
תגובות אן א צאל
ליפא מאכט חוזק פון בערדער
נבלה עשתה בישראל!

פינטעל מאכט הפגנות
הוגה נעמט זיך אן
גנדי טרייבט ליצנות
תמליון קרייט ווי א האן

אן אשכול ער באקומען
זעקס בלעטער ס'פארט
יעדער איז פארנומען
מיט דער משכיל אן דעם בארד

אבער פארוואס, איך דריי דעם פינגער
די לאגיק איך נישט פארשטיי
וועם גייט אן דעם זינגער
מאן דכר שמיה?!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
:like

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:59 pm
דורך געפילטע פיש
נישט יעדע מאן דכר שמיה איז זוכה אז פאעזיע זאל געשריבן ווערן אין זיין נאמען. אפילו אויב די פאעזיע פרעגט מאן דכר שמיה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט יעדע מאן דכר שמיה איז זוכה אז פאעזיע זאל געשריבן ווערן אין זיין נאמען.

זיכער נישט , נאר געציילטע. ווי למשל היטלער האט געהאט אסאך פאעזיע געשריבן אויף עם אין נאצי דייטשלאנד , און נאך. ווי געשריבן לאו כל אדם זוכה.
כ'מאך נישט נישט א פאגלייך , נאר אן עקסטרימער משל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:16 pm
דורך געפילטע פיש
שיין בעטן פליז.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:18 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מאכסט מיר לאכן. מיר גייט עס נישט אן ווילאנג איך ווייס ביי מיר אז איך שרייב וואס איך האלט נישט וואס וועט ברענגען לייקס. קענסט ווייטער אנגיין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:59 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:06 pm
דורך אפטעמיסט
איך באטראכט די סאמאטוכע
וואס ליפא האט אנגעזייט
ווי דער חת"ס אין זיין עפאכע
כלל ישראל צוטיילט

יעדער מיט זיין מיינונג
קריטיק א בינטל
ממש א טיילונג
אלס צוליב א פינטל

אויב ליפא האט א ניק
איז אים זיכער זויער
א פליק נאך אז פליק
ממש א טרויער

אנהייב האב איך געשריגען
ליפא איז צו'חוש'ט
יעצט גלייך איך דעם 'פינטעל' ניגון
אוי, כבין שרעקליך צומישט!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:16 pm
דורך טיטאניק
דאכט זיך מיר אזוי,
רוב פון אינזערע קאווע שטיבעל חברים זענען יוצאי אונגארן, ממילא האבן רוב פון אינזערע זיידעס זיך געשניטן די בארד, למחצה לשליש ולרביע,
אפילו ליפא'ס זיידע האט אויך נישט געהאט קיין בארד
אבער דאס קיין חוזק מאכען פון דעם ברבים איז א עוולה

דאס קען בערנגען א זגוריסע זילזול אין שניידן בערד

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:40 am
דורך גנדי
סימס! סימס! ווי דיין טייץ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 5:38 pm
דורך אפטעמיסט
איך ווארט שוין סזאל ארויסקומען א באמפער סטיקער "איך בין א פינטעלע איד"...