בלאט 1 פון 1

היסטאריע: אין אייסלאנד, פאליציי שיסט מאן טויט צום ערשט מאל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 4:10 am
דורך חנניה זרח שטיגליץ
אין אייסלאנד האבן פאליציי נאכטן געשאסן צום טויט א מאן אין די מיטעלע יארן צום ערשטן מאל אינעם לאנד'ס היסטאריע. אייסלאנד וועלכער ליגט צווישן אייראפע און נארט אמעריקע מיט אירע ווינציגער פון א האלב מיליאן איינוואוינער איז א קליינער פרייע דעמאקראטישע לאנד מיט א נידעריגע קריים ראטע, די פאליציי גייען דארט ארום אן געווער און האנד גאנס זענען פארבאטען. פאליציי האט נאך קיינמאל נישט געשאסן צום טויט, ביז היינט.

נעכטן זענען פאליציי גערופן געווארן צו א הויז ווי א מאן האט ארויסגעשאסן פייער, צוויי פאליציי זענען אנגעקומען אן געווער. זיי זענען געשאסן געווארן פרובירענדיג אריינגיין אינעם הויז, זיי זענען נישט געשעדיגט געווארן. דערנאך זענען אנגעקומען באוואפענטע פאליציי און דערשאסן צום טויט דעם 50 יעריגן מאן, אריינשיסענדיג דערמיט א פייער קויל אינעם אייזיגן לאנד, ברעכענדיג היסטאריע אין אייסלאנד.