מקור פון די מנהג אז די קינדער האבען וועיקעישאן חנוכה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:58 pm
העלא, איך בין א פרישער גרינער גאסט דא אין שטיבעל,
העלא העלא
איך וויל זייער אז דער עוילעם דא זאל מיר געבען צו פארשטיין, פון ווי עס שטאמט די שווערע מנהג אז די מיידלאך (געוויסע זענען מחמיר אז אויך אינגלאך) האבען "וועיקעישאן" פון סקול אדער חיידער אין די טעג פון חנוכה,
די מעשה איז אז עס איז זייער א שווערע זאך פאר די עלטערען צו האלטען די מנהג מיט א פרייד, די יצר הרע מישט זיך שטארק אריין, און מען איז עס מקבל זייער שווער,
די עלטערען באקומען נישט קיין וועיקעישאן פון זייער ארבעטספלאץ, און זיי ברויכען זיך צו ספראווענען מיט די פראבלעם "בעיביסהיטער" מנלן,
איך כאפ בכלל נישט פארוואס די מנהג וועט אנגערופען על שמם פון די "קינדער" סשיינט אז עס וואלט ווען געדארפט אנגערופען ווערען על שמם פון די "טיטשערס און מלמדים", ווייל איך גלייב שווער אז די קינדער האבען עפעס פון דעם, טאטע מאטע זענען נישט אין שטוב, זיי גייען גלות ליידען ביי די נערוועזע זיידע באבע, אדער ביי אומגעדולדיגע שכינים אדער גאר ביי פראפעזארישע בעיביסהיטערס,
און אויב איז דאס טאקע די וועיקעישאן פון די טיטשערס און מלמדים, וויל איך וויסען די טעם המנהג הזה, פארוואס די חשמונאים האבען דאס איינגעפירט, וואס ברענגט דאס אויף? וואס פארדינט מען דערויף? פארקערט, חנוכה פארט מען נישט קיין פלארידע, און אויך פארפאסען די כלי קודש נאך טעג וואס "קען אנקומען" טיפס...
עכ"פ, טייערע חכמים פון קאווע שטיבעל פארענפערט מיינע פארגעס, קלאר און דייטלעך אז עמך אידען זאלן עס אויך פארשטיין
און צי עס איז דא אופן וויאוזוי צו מבטל זיין דעם מנהג טוב?
שקויעך
א גוט חנוכה