בלאט 1 פון 1

וואס גייט זיין?? און וואס איז געווען?? היינט אין היסטערי!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:40 pm
דורך טיטאניק
אסאך אירע וועקען זיך אויף איין טאג צו שפעט,
אוי, האסט געהערט? נעכטען איז געווען דער יארטאג פון דער און דער. א וואך צוריק איז געווען זיין יארצייט! און אזוי ווייטער
און בשעת ווען מען הערט דאס קראצט מען זיך אין קעפעלע מיט א שטארקע לחץ אויף די נעגל, היתכן אזאן מין בטלן צו זיין? ווי איז מיין קאפ? ווי איז מיין זייגער?
דערפאר אידען טייערע, זאל יעדער אנהייבען פאוסטען היסטארשיע געשענישען "איידער" עס פאסירט, "איידער די טאג קומט אן"
אזוי אז די בטלנים זאלן זיך מער נישט קראצען מיט ערגענישען
אויסער אויב זיי באזוכען נישט קאווע שטיבעל, פון אזא בטלן רעדט מען נישט
ווייל איינער וואס לאזט אדורעך די טאג אן א וויזיט אהער אין שטיבעל איז א מתחייב בבטלנותו


איך וועל זיין דער ערשטער צו פאוסטען
היינט איז די יאר טאג פון די שרעקליכער שריפה אין די כמרל בערג אין חיפה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:46 pm
דורך אפטעמיסט
נאך אז מזל דו דערמאנסט מיר אז די יארצייט פונעם כרמל שריפה איז ביים שוועל... ווען איך כאפ מיר ווען אין א וואך ארום, וואלט איך מיר פשוט געגעסן די געזונט אז כהאב פארפאסט אזא שרעקליך וויכטיגע געשעניש.
ייש"כ טיטאניק.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:56 pm
דורך טיטאניק
אפטעמיסט האט געשריבן:נאך אז מזל דו דערמאנסט מיר אז די יארצייט פונעם כרמל שריפה איז ביים שוועל... ווען איך כאפ מיר ווען אין א וואך ארום, וואלט איך מיר פשוט געגעסן די געזונט אז כהאב פארפאסט אזא שרעקליך וויכטיגע געשעניש.
ייש"כ טיטאניק.

א ברכה אויף דיין קעפעלע אמן סלה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 4:01 pm
דורך סאשי פיש
שוין דא אן אשכול
viewtopic.php?p=84609#p84609