אנקלאגע קעגן בילדער מאגאזין שאפט געזונטע דעבאטע ביים ציבור

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

אנקלאגע קעגן בילדער מאגאזין שאפט געזונטע דעבאטע ביים ציבור

שליחה דורך לעמיל »

אן אינטערעסאנטער שפעקטאקל שפילט זיך יעצט אפ אין א מאנהעטען געריכט הויז. די געשיכטע גייט עפעס אזוי.

לויערס פאר דריי פיינע חסידישע אינגעלייט, חסידים פון דריי אנדערע רבי'שע הויפן, האבן אריינגעטראגן א "געלט שאדן" קלאגע קעגן איינע פון די פאפולערע בילדער מאגאזינען. די חסידישע אינגעלייט האבן היינט גאר פרי כדרכם בקודש זיך איינגעהאנדעלט דעם מאגאזין אויפן וועג צו שחרית. שוין זיך באקוועם געמאכט אויפ'ן ביסקיסע זיץ נעמען זיי אפיר דעם מאגאזין ס'זאל גרינגער גיין די הכנות און צו זייער שטוינונג זען זיי אינעם בילדער העפט ווי די חנוכה ליכט צינדען בילדער פון זייערע רבי'ס זענען אקוראט די זעלבע בילדער וואס דער מאגאזין האט געלייגט פאר א יאר צוריק! די זעלבע מנורה, דער זעלבער סמוירק אויפן הייליגן געזיכט, דאס זעלבע בעקיטשע קאלפיק, און באנעמונג.

"כ'האב נאר איין בליק געדארפט געבן אויפן בילד" - זאגט איינע פון די 3 אינגעלייט 'יאנקל שריים כאפער' - און מיין מעמארי מח האט גלייך ארויפגעברענגט דעם בילד וואס איז ערשינען פאריאר אינעם זעלבן מאגאזין! דאס איז אומיושר, צו פארקויפן אלטע סחורה ווי נייע און נאכדערצו בעטן א פולן פרייז פון פיר דאלער וואס קומט נישט אן גרינג פאר א כולל אינגערמאן ווי מיר".

דער צווייטער אינגערמאן 'גרשון פארענטשעס שטופער' זאגט: "מיר זענען נישט קיין נערנים אויף וועם מ'קען רייטן, ווער ווייסט וויפיל נאך בילדער זענען געווען ריסייקעלט פון יארן צוריק?! א שוידער כאפט מיר ווען איך הייב אן טראכטן אז מעגליך טוט דער בילדער העפט אריינלייגן יעדעס יאר אלטע ט"ו בשבט בילדער און ל"ג בעומר בילדער און סוכות בילדער און ווער ווייסט וואס נאך אלץ? און דער עולם באצאלט דערפאר, מיר האפן אז דער שופט וועט אונז צוריקגעבן דאס געלט און פון היינט און ווייטער וועט ער מוזן אריינלייגן נאר פרישע בילדער".

דער דריטער אינגערמאן 'מיכל שוואנץ' איז גאר א איידעלער און צוריקגעצויגענער, ער האט נישט געוואלט קאמענטירן.

דער לויער פאר'ן ארויסגעבער פון די וואך 'זרח אויסלאכער' האט אוועקגעמאכט דעם גאנצן סומאטוכע אלס ריין פאליטיק: "דו דארפסט פארשטיין די רבי'שע ביזנעס איז זייער קאמפליצירט, מ'וועט קיינמאל נישט קענען צופרידנשטעלן יעדן איינעם אייניג, דאס וואס דו זעסט יעצט איז זיכער א נקמה אקציע פון געוויסע וואס האלטן אז מ'האט זיי נישט גענוג כבוד געגעבן אינעם מאגאזין, ווייל וואס פאר א חילוק מאכט דען פון וועלכע יאר דער בילד איז טאקע?! ס'זעט ממילא אויס דאס זעלבע?!" (דער לויער האט שפעטער צוריקגעצויגן פונעם לעצטן שורה פון זיין סטעיטמענט)

צווישן די באטייליגטע אינעם געריכט הויז ווערט געזען מייקל טערעגיסטא דער אפערעיטינג טשיף פון "קאדעק" פילמ'ס, ער איז אנגעבליך דא מיט דאטא אויפצואוויזן אז די בילדער זענען יא גענומען געווארן דאס יאר חנוכה, ער האט מיט געברענגט באווייזן פון קאדעק הויפטקווארטיר.

ש. נחמינו איז דער דיסטריביוטער פונעם מאגאזין (ער האט נישט גערעדט אזוי איידל האבן מיר געמוזט ארויסשניידן אביסל) אויפן פראגע וואס ער זאגט צום מהומה. "קאם אן, דעיס איז פ.... סטופיד, די מאגאזין גייט ווי וואסער דער עולם האט עס ליב, קיינער וואלט נישט געקויפט ש.., אונזער מאגאזין טוט נאר אויף פאר אידישקייט. קוקטס אן, וויפיל רבי'ס זענען געווען 7 יאר צוריק? און היינט? יעדן טאג דערקלערט זיך א צווייטער רבי! און יעדע רבי ברענגט מיט חסידים, דאס איז נאר אונז צו פארדאנקען!

ביים אלגעמיינעם ציבור אין שול האט די אנקלאגע געהויבן ברעמען. "וואס איז טאקע פשט פון צאלן יעדער יאר, מ'קען האלטן די פאריעריגע און עס ווייזן פאר די קינדער, זיי וועלן דאך טאקע נישט זען דעם חילוק?!" אזעלכע סטעיטסמענטס הערט מען אין די בתי מדרשים און קאפפע הייזער. מאנכע רבנים גרייטן זיך שוין מוחה צו זיין אויף אזא פאלשן הנחה, פון גבאי קודש הערט מען אז די רבי'ס ברויזן אויף אזא חוצפה פון זייערע חסידים וואס פארשטייען נישט די חילוק פון א פריש בילד ביז א פאריעריגס וואו די קדושה איז שוין פארפלויגן געווארן.

אויפן וועג אהיים זע איך יאנקל שריים-כאפער גייענדיג צום כולל מיט א טרויעריגע מינע אויפ'ן געזיכט.

אויב ווייסט ער עפעס מער פון מיר, טוט דאס מעגליך אנדייטן אז ער האט שוואכע אויסזיכטן פון צוריקזען זיין געלט.

(ק/פ) (נישט פון וואטסעפפ, א חבר האט עס מיר אריינגעשיקט ארויפצולייגן דא)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמיל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר