בלאט 1 פון 3
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 5:26 pm
דורך שעפטל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 7:12 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א מאן פארשוין אדער א פרויפארשוין? אפשר גאר א טימטום אנדריגונס. אויפן בילד געהט עס אויס מער ווי א נקבה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 7:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
באמת א גוי א צדיק. ליין וועגן זיינע מידות, און וואס ער איז דורך, וועסט האבן מער רעספעקט פאר עם.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 7:53 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פונקט געהערט נעכטן יארמע רב זאגט אויף א סארווירער אין האל "דער איז א פיינער איד דער גוי".
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 8:26 pm
דורך אפטעמיסט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:באמת א גוי א צדיק. ליין וועגן זיינע מידות, און וואס ער איז דורך, וועסט האבן מער רעספעקט פאר עם.
איך ווייס נישט ווי גערעכט דו ביסט. מאנכע האלטן אז מאנדעלא איז געוועהן אן אנטעסעמיט. אין יאר 1990, צוויי און א האלב וואכן נאך מאנדעלא איז באפרייט געווארן פון טורמע און איז געוועהן דער זיכערער געווינער אין די קומענדיגע וואלן, האט ער זיך געטראפן מיטן עוכר ישראל יאסאר אראפאט ימ"ש און אים געשאנקען א ליבליכען חיבוק ונישוק. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אין יענע יארן איז אראפאט געוועהן א פארהאסטער פארשוין אפילו אין די לינקע אידישע וועלט און איז פארעכענט געוועהן אלס טעראריסט און נישט אלס א פאליטישער פירער, און מאנדעלא'ס אקט האט צוטרייסעלט די אידישע גאס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 8:27 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איז ימח שמו וזכרו
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 9:46 pm
דורך קאווע טרינקער
יוסף הצדיק האט זיך מן הסתם אויך געקושט מיט פרעה.
למעשה, האט יוסף הצדיק, א געוועזענע ארעסטאנט, געראטעוועט מצרים.
ליין אביסל וועגן דעם נעלסאן (ער איז פון די "מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט פון" ביז עטליכע חדשים צוריק. ומודה ועוזב ירוחם)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:24 pm
דורך קאווע טרינקער
n hearing the sad news of the death of Nelson Mandela, Rabbi Sacks issued the following comment:
“Today we mourn the loss of one of the world’s great leaders, the man who was our generation’s mentor in forgiveness and reconciliation. Nelson Mandela lived and breathed the politics of hope. It takes courage to hope, and even greater courage to lead a people on the long walk to freedom. Because of him not only South Africa but the world is a better place. The greatest tribute we can pay him is to be inspired by his memory and lifted by his ideals. Let now be a moment for a new birth of hope in some of the many conflict zones throughout the world. We offer our sincere condolences to his family. May they find comfort in the knowledge that his spirit will live on. He permanently enlarged the horizon of human hope.”
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:38 pm
דורך הערשי
וינשקהו
אהבה ואחוה צווישן אפארטהייד קעמפער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:39 pm
דורך פידלער
אפטעמיסט האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:באמת א גוי א צדיק. ליין וועגן זיינע מידות, און וואס ער איז דורך, וועסט האבן מער רעספעקט פאר עם.
איך ווייס נישט ווי גערעכט דו ביסט. מאנכע האלטן אז מאנדעלא איז געוועהן אן אנטעסעמיט. אין יאר 1990, צוויי און א האלב וואכן נאך מאנדעלא איז באפרייט געווארן פון טורמע און איז געוועהן דער זיכערער געווינער אין די קומענדיגע וואלן, האט ער זיך געטראפן מיטן עוכר ישראל יאסאר אראפאט ימ"ש און אים געשאנקען א ליבליכען חיבוק ונישוק. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אין יענע יארן איז אראפאט געוועהן א פארהאסטער פארשוין אפילו אין די לינקע אידישע וועלט און איז פארעכענט געוועהן אלס טעראריסט און נישט אלס א פאליטישער פירער, און מאנדעלא'ס אקט האט צוטרייסעלט די אידישע גאס
מאנכע האלטן אויך אז גאנדי איז געוועהן אן אנטעסעמיט און א ראסיסט. מ'דארף קוקן אויף א מענטש'ס גאנצע לעבן, זיינע טאטן און אויפפירונג און רייד, פאר מ'גלייבט יעדע זאך וואס מאנכע מענטשן האלטן.
(איך מיין נישט, פארשטייט זיך, אונזער [tag]גנדי[/tag]. קיינער האלט נישט אז ער איז אן אנטעסעמיט אדער ראסיסט.)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:41 pm
דורך הערשי
זאג מיר ווער דיינע פריינד זענען, וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:46 pm
דורך הערשי
למה הלך הזרזיר אצל העורב מפני שהוא מינו.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:48 pm
דורך יאיר
און אז ר' משה בער בעק האלזט זיך מיט אראפאט מיינט שוין אז ער איז אן אנטיסעמיט אדער א זרזיר עורב קאמפאניאן?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 10:54 pm
דורך פידלער
הערשי האט געשריבן:למה הלך הזרזיר אצל העורב מפני שהוא מינו.
הערשי, די מאכסט מיך לאכן. פון די טויזענטער photographs פון מאנדעלע מיט וועלט leaders האסטו אויסגעקליבן די פאר וואס זענען קאנטרעווערשעל, און די רופסט די חברה זיין פריינט. איך האב דיך נישט געpegged אלץ א pseudo-scholar.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 11:05 pm
דורך הערשי
צו צופרידשטעלן פידלער.
נאבעל שלום פרייז געווינער בשעת הנישוק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 11:07 pm
דורך הערשי
פידלער האט געשריבן: איך האב דיך נישט געpegged אלץ א pseudo-scholar.
וואס זאגט איר?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 11:08 pm
דורך הוגה
הייסט ער איז געווען אן אויסגעשפראכענע ציוני....
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 11:12 pm
דורך הערשי
יאיר האט געשריבן:און אז ר' משה בער בעק האלזט זיך מיט אראפאט מיינט שוין אז ער איז אן אנטיסעמיט אדער א זרזיר עורב קאמפאניאן?
ווען יעקב קושט זיך מיט עשיו'ן ווערט ער דען אויך אן עשיו?
נאר וואס דען, וינשקהו האט פינטעלעך. מענדעלע איז געווען א פריינט מיט עראפת. ביידע האבן דאך עפעס געקעמפט מיט ענדליכע צילן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 11:13 pm
דורך פידלער
הערשי האט געשריבן:פידלער האט געשריבן: איך האב דיך נישט געpegged אלץ א pseudo-scholar.
וואס זאגט איר?
אז נאר pseudo-scholars וועלן אויס די עווידענץ וואס שטימט דוקא מיט זייער טעאריע. סקאלערס ווי די קוקן אויף א גאנצע פיקטשער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 11:22 pm
דורך הערשי
פידלער האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:פידלער האט געשריבן: איך האב דיך נישט געpegged אלץ א pseudo-scholar.
וואס זאגט איר?
אז נאר pseudo-scholars וועלן אויס די עווידענץ וואס שטימט דוקא מיט זייער טעאריע. סקאלערס ווי די קוקן אויף א גאנצע פיקטשער.
גערעכט.
למעשה איז ער טאקע געווען פרא פאלעסטין געשטימט. די בילדער האב איך געלייגט ווייל א בילד רעדט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 12:52 am
דורך נהורא נפישא
טאקע געווען אן אדם כשר, אבער ס'מערסטע וואס שטערט מיר פון די גאנצע זאך איז דאס אז ווען כ'וויל זיך צולייגן און צוהערן אביסעלע נייעס זענען זיי אלע פארנומען מיט מאנדעלע'ס טויט, ס'ממש נישטא וואס צו הערן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 8:49 am
דורך קאווע טרינקער
Having been born and raised in South Africa, I am today mourning the death of Nelson Mandela, who has been an inspiration
to me and countless others. A transformational figure who truly changed the world, Mandela proved that hope is a powerful tool for change. When coupled with a shared vision for a better future it is an unstoppable force for good. Nelson Mandela's courage, dignity, moral clarity and message of peace and reconciliation should inspire us all. Our thoughts and prayers are with his family and his fellow countrymen at this time.
שיחת קודש, הרב אפרים מירוויס, רב הראשי דבריטניה.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 8:58 am
דורך פידלער