בלאט 1 פון 2
רבנים, דיינים און שיינע אידן וואס טראגן עמך מלבושים
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:59 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גוטע וואך. איך האב באמערקט א אשכול וועגן אדמורים וואס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן איז מיר געקומען אויפ'ן געדאנק דע פארקערטע זייט מטבע. וועגן שיינע אידן פני הדור וואס גייען מלבושים גענוי ווי זייערע מעריצים.. צום ערשט קומט אויפן געדאנק אדמו"ר מקאסוב וואס גייט נישט מיט האלבע הויזן אינדערוואכן. וויענע רב דאס זעלבע. הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס גייט אויך ווי א פשוטע איד מיט א שטאפען הוט און גייט אפילו נישט ווייסע זאקן אום שבת. דאס זעלבע אויך הג"ר חיים קלמן גוטמאן.
כמוהם ירבו בישראל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:18 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' בנציון שטראסער, אב"ד נייטרא,
ר' מיכל שטיינמעץ, דומ"ץ סקווירא
ר' יצחק זלמן גיפס, דומ"ץ וויען
ר' הערשל הלפערין, דומ"ץ וויען
ר' משה מנחם ווייס, דומ"ץ פאפא
ר' אברהם חיים שפיצער, אב"ד אור החיים
ר' חיים דוד כ"ץ, דומ"ץ סאטמאר
ר' בנימין אייזענבערג, אב"ד היכל התפילה
ר' משה וואלפסאן, אב"ד אמונת ישראל
ר' מענדל אונגער, אב"ד נייטרא
ר' מאטל זילבער, אדמו"ר סוטשין
(טענקא רב רעכן איך נישט, צוליב זיין באלי הוט)
בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אמת אבער נעם למשל רח"ד כ"ץ ער אלס א סאטמארער גייט אנגעטון גאנץ רבניש קעמפערד צו דע אנדערע סאטמארע דיינים וואס כ'האב אויסגערעכנט גוטמאן און הארפענעס. ער טראגט א פלאכן ביבער הוט (אין סאטמאר איז דאס א רבניש מלבוש) און טראגט ווייסע זאקן שבת. דאס וואלט איך נישט אנגערופן "עמך"
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:23 pm
דורך אפטעמיסט
הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו. נאך אפאר פוינטס צו 'עמך'...)
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:23 pm
דורך ידען
מע דארף לייגען בילדער
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:24 pm
דורך שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.
הרב חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב האט מען יא אויף גענומען צוליב זיין א רעביש קינד אין ער גייט אנגעטוען רעגילער
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:43 pm
דורך יאיר
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אמת אבער נעם למשל רח"ד כ"ץ ער אלס א סאטמארער גייט אנגעטון גאנץ רבניש קעמפערד צו דע אנדערע סאטמארע דיינים וואס כ'האב אויסגערעכנט גוטמאן און הארפענעס. ער טראגט א פלאכן ביבער הוט (אין סאטמאר איז דאס א רבניש מלבוש) און טראגט ווייסע זאקן שבת. דאס וואלט איך נישט אנגערופן "עמך"
די פוינט איז נישט ווי אזוי מען גייט אנגעטון, די פוינט איז אויב מען האט זיך נישט געטוישט די שמונה בגדים צוליב'ן זיך פאררופן מיט איינע פון די שמות נרדפים פון רבי/רב/דיין/אדמור. מען קען אננעמען אז דער ר' כ"ץ וואלט געגאנגען א פלאטשיגע ביבער הוט און ווייסע זאקן אפילו ווען ער וואלט נישט געווען א דיין, ווייל אסאך סאקמירע אידן גייען דעם לבוש. בעצם מיין איך אז רוב דיינים, אפילו די גאר גרויסע, האבן זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן א דיין, אבער אין סאטמאר, דוכט זיך מיר, איז יא גאנגבאר זיך צו אנשמירן די רעקלעך מיט גלאנציגע בלומען נאכ'ן ווערן דיין. למשל הרב וואזנער האט זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן אויפגענומען ביי די הכתרה אלס פוסק הדור במעמד פון דעם גאנצן דור. פון די אנדערע זייט האט ר' יחזקאל ראטה זיך מלביש געווען מיט אלע בגדים פון דעם כהן גדול נאכדעם וואס דער קארלסבורג שטאט האט אים אויפגענומען אלס ראב"ד.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:47 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אמת אבער דאן ווערט דער ליסט ריזיג. רז"ל פילעף האט זיך אויך נישט געטוישט ער איז אלעמאל געגאנגען שווארצע זאקן אינדערוואכן. דאס 'זיך נישט טוישן' איז אביסעל א באזונדערע נושא.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:48 pm
דורך יאיר
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אמת אבער דאן ווערט דער ליסט ריזיג. רז"ל פילעף האט זיך אויך נישט געטוישט ער איז אלעמאל געגאנגען שווארצע זאקן אינדערוואכן. דאס 'זיך נישט טוישן' איז אביסעל א באזונדערע נושא.
הרב פילאף גייט נישט קיין געבלימטע בעקישע אינדערוואכן?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:51 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ניין
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:52 pm
דורך יאיר
הרב פילאף, אויב איר ליינט די שורות, שוין צייט זיך צו לאזן נייען א זיידענע בעקישע פאר אינדערוואכן. מה יאמרו הבריות? סתם א איד מיט פלעינע שווארצע זאקן און שווארצע רעקל גייט זאגן אויב מיין שמאטע איז ריין אדער נישט? ס'איז פשוט א חילול ה'.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 8:03 pm
דורך ארפכשד
אוי בין איך געווארן שאקירט פאריגע וואך צו זען הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א די מנהל פון סאטמאר ב"פ דרייוון א קאר. מיילא ווען ער טוט דאס נאר אין ב"פ קען מען פארשטיין, אבער מוז ער מיט דעם אריין פארן בתוככי וויליאמסבורג?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 8:06 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ארפכשד האט געשריבן:אוי בין איך געווארן שאקירט פאריגע וואך צו זען הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א די מנהל פון סאטמאר ב"פ דרייוון א קאר. מיילא ווען ער טוט דאס נאר אין ב"פ קען מען פארשטיין, אבער מוז ער מיט דעם אריין פארן בתוככי וויליאמסבורג?
מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז בארא פארק איז א כפר,
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 8:09 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו. נאך אפאר פוינטס צו 'עמך'...)
באלד עמ'ער נאך אויסרעכענען רבנים ודיינים שליט"א וועלכע פארמאגן (אדער בארגן פון א שכן) גע'פילטערטע אינטערנעט, רח"ל.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 9:37 pm
דורך שרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו. נאך אפאר פוינטס צו 'עמך'...)
באלד עמ'ער נאך אויסרעכענען רבנים ודיינים שליט"א וועלכע פארמאגן (אדער בארגן פון א שכן) גע'פילטערטע אינטערנעט, רח"ל.
אה! פון דעם איז דא מער רבנים ווי די וואס דרייוון, ווייל קיינער זעט נישט, ולואי שיהי' מורא שמים כמורא בשר ודם
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 10:54 pm
דורך דער (פינטעל) איד
קראסנע רב פריעד
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 2:29 am
דורך ברוך שאמר
כ"ק האדמ"ר מסקולען
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 3:14 am
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אמת אבער נעם למשל רח"ד כ"ץ ער אלס א סאטמארער גייט אנגעטון גאנץ רבניש קעמפערד צו דע אנדערע סאטמארע דיינים וואס כ'האב אויסגערעכנט גוטמאן און הארפענעס. ער טראגט א פלאכן ביבער הוט (אין סאטמאר איז דאס א רבניש מלבוש) און טראגט ווייסע זאקן שבת. דאס וואלט איך נישט אנגערופן "עמך"
די פוינט איז נישט ווי אזוי מען גייט אנגעטון, די פוינט איז אויב מען האט זיך נישט געטוישט די שמונה בגדים צוליב'ן זיך פאררופן מיט איינע פון די שמות נרדפים פון רבי/רב/דיין/אדמור. מען קען אננעמען אז דער ר' כ"ץ וואלט געגאנגען א פלאטשיגע ביבער הוט און ווייסע זאקן אפילו ווען ער וואלט נישט געווען א דיין, ווייל אסאך סאקמירע אידן גייען דעם לבוש. בעצם מיין איך אז רוב דיינים, אפילו די גאר גרויסע, האבן זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן א דיין, אבער אין סאטמאר, דוכט זיך מיר, איז יא גאנגבאר זיך צו אנשמירן די רעקלעך מיט גלאנציגע בלומען נאכ'ן ווערן דיין. למשל הרב וואזנער האט זיך נישט געטוישט דעם לבוש נאכ'ן ווערן אויפגענומען ביי די הכתרה אלס פוסק הדור במעמד פון דעם גאנצן דור. פון די אנדערע זייט האט ר' יחזקאל ראטה זיך מלביש געווען מיט אלע בגדים פון דעם כהן גדול נאכדעם וואס דער קארלסבורג שטאט האט אים אויפגענומען אלס ראב"ד.
לידיעתך: אין די שטאט קארלסבורג גייט נאך אלץ אן די פייערדיגע מחלוקה צווישן די צוויי פראקציעס. טייל איינוואוינערס האלטן מיט'ן איצטיגן מרא דאתרא שליט"א. און די פראסטערע המון עם, ווי די בעלי עגלות און מארקעט זיצערס (יושבי קרנות) האבן זייער אייגענעם קאנדידאט, אויכעט א בנש"ק, אן אור אייניקל פונ'ם הוידו-נאנאשער רבי'ן זצ"ל מצד אבי אביו און פונ'ם שאראש-פאטיקער דיין בזיווג שני מצד אמו הרבנית ממאקאווא תחי'.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 11:19 am
דורך קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:בקיצור, אלע רבנים און דיינים, וואס מ'האט אויפגענומען צוליב זייער פעהיגקייטן, און נישט צוליב געבורט פלעקען, זענען מער ווייניגער אנגעטוהן נארמאל.
הרב חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב האט מען יא אויף גענומען צוליב זיין א רעביש קינד אין ער גייט אנגעטוען רעגילער
חכם איינער, ער איז נישט קיין רבי'ש קינד, באבוב'ער רב האט אים גענומען פאר אן איידעם צוליב זיין פעהיגקייטן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 5:08 pm
דורך א שוויצער
רב דקהל תורה ותפילה רב''צ ליפשיץ גייט ווי א פשוטער עמך יוד געקליידעט טראץ זיין רבי'ש אפשטאם
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 5:52 pm
דורך ונבנתה העיר
ער איז געגאנגען מיט סטראקעס און ווייסע זאקן און האט עס אויסגעטוהן נאך די שבע ברכות.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 6:12 pm
דורך א שוויצער
נו.
במקום שבעלי תשובה עומדים.....
גראדע איז הגה''צ הנ''ל שטארק עוסק אין די ענינים ביי זיינע תורות
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 6:28 pm
דורך מלא וגדוש
הגאון הקדוש רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א