וועלכע מידסייז SUV איז גוט?

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

וועלכע מידסייז SUV איז גוט?

שליחה דורך בשבילי! »

כ'זוך צו ליסען א מידסייז עס יו ווי. איך קאן נישט דיסיידן צווישן א האנדא CRV טאיאטע RAV4 ניסען מארונא פארד עדזש און kia sportage. פון אלע זוך איך די רעגולערע ביליגערע מאדעלן נישט די לימיטעד טייערע. ווער ס'קען און וויל זאל גוט זיין מיטיילן זיין קענטעניסן און עקספיריענסן. אויך קען מען צולייגן אנדערע מאדעלן וואס כ'האב פארזען.

ערפמל הדות
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

דע CRV איז אנגענומען אלס סך א בעסערע קאר ווי דער טאיאטע RAV. צווישן דע צוויי נעם זיכער דעם ערשטן. וועגן די אנדערע ווייס'ך נישט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פון די וועלעכע איר רעכנט אויס שיינט איר זוכט "נישט" א מידסייז, נאר א קאמפאקט, אדער קראסאווער. גערעכט?
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

יא ביזט ווארשיינליך גערעכט. זוכענדיג אויף די נעט ביניך צומישט געווארן צווישן די אלע נעמען, נאך אלעמען האב איך פארשטאנען אז וואס איך זוך איז נישט א גרויסע SUV. וואס איז טאקע די מיינונג פון קאמפעקט און קראסאווער? און וואס איז דיין מיינונג איבער די מאדעלן וואס כ'האב אויסגערעכנט?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פון די קאמפאקט עס. יו. ווי. טרעקלעך, ווערט די Subaru Forester זייער שטארק אויסגעלויבט. דאס איז הפנים זעכער אויף די טאפ ליסטע. האנדא מיט טאיאטא איז אין אלגעמיין א שטארקע דיפרענץ די טעיסט מענטשן האבן. טאיאטא הייסט האט א רואיגער, באקוועמערער, און ווייעכערן דרייוו; ווידעראום האנדא איז ווילדער, הארטער, בעסערן פיקאפ בדרך כלל. (ניסאן איז אין א געוויסע זינען אסאך ווילדער און הארטער ווי האנדא). איך הפנים, הגם איך בעפארצוג האנדא איבער טאיאטא פילפאכיג, גלייך זייער נישט פיר צילענדער האנדא טרעקלעך. אז דו נעמסט א פשוטער סי אר ווי, איז דאס א הארטער קאר--א פיר צילענדער.
אגב איז דער רעוו-פאר היבש הארט נעמענדיג אין באטראכט ס'איז טאיאטא. למעשה מיין איך איז דאס טייערער, און די סי אר ווי אין אלגעמיין קריגט סאך בעסער רעטינגס, ספעציעל איבער סעפטי. איך פאר מיך, אז איך נעם א קאמפאקט עס יו ווי טרעקל וואלט גענומען א דזשיפ רענגלער. איך גלייב אבער נישט דו ברויכסט דאס. אז דו ווילסט א פונקטליכער אפשאצונג וועל איך באלד שרייבן, איך שרייב דא אין קורצן וואס איך געדענק אויפן מינוט. די פארד עדש ברויך צו הייסן א גוט שטיקל, ס'איז אבער נאר אויב די גלייכסט פארד. קיאה, און הייאנדי, ווערן באטראכט אלס דזשאנקי קארס. קאמפאקט עס יו ווי'ס זענען די קלענער סארט נאך מידסייז, און קראסאווער איז עפעס א כלאים פון א קאר און אן עס. יו. ווי. מער ווייניגער.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

יש"כ. זיכער וויל איך א גרעסערע אפשאצונג. וועגן קיאה, ס'טאקע באקאנט פאר נישט אזעלכע גוטע קארס און ס'נישט געראטן דאס צו "קויפן". אבער ליעסן איז דאך שוין א אנדערע מעשה, כ'האב געזען איינער שרייבט גאנץ גוט אויפ'ן kia sportage. אויך שרייב וועלכע פון די אלע זענען די 'רומיעסט' פאר לאגעדזש ספעיס.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

אוי מאכסט חוזק?... דער רענגלער האט דאך נישט א אידיש אויסזעהן!! יעצט געזען א בילד דערפון וואו מיינט איר איך וואוין, אין א פארעסט אין ווייאמינג?...
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

א חבר מיינע האט ארויס גענומען א פארד עד'ז אין איז אויסנאם צופרידען,
טשולענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך טשולענט »

די פארד עדזש שטייט ביי מיר די העכסטע, עס איז גאר באקוועם, מיט א גאר גוטע פיקאפ, אויך איז עס גאר שיין מבית ומבחוץ, אבער פשטות טרינקט עס אסאך מער אויל ווי אלע אנדערע דערמאנטע.
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איינער ווייסט אפשר וועלכע suv האט 7-8 זיצן? די עדזש זעה איך האט נאר 5.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

דער יוקאן האט זיכער 7-8 זיצן
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

טשולענט האט געשריבן:די פארד עדזש שטייט ביי מיר די העכסטע, עס איז גאר באקוועם, מיט א גאר גוטע פיקאפ, אויך איז עס גאר שיין מבית ומבחוץ, אבער פשטות טרינקט עס אסאך מער אויל ווי אלע אנדערע דערמאנטע.

דאס איז אמת. פון אלע וואס איך האב דערמאנט איז די CRV דער קלענסטער אויל פרעסער
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

און לאמיר נישט רעדן פון די אקורא RDX יענץ איז הערליך אבער זיכער גאר טייער.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
טשולענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך טשולענט »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וועלכע suv האט 7-8 זיצן? די עדזש זעה איך האט נאר 5.

די פארד עקספלארער, גאר גוט.
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כיואב ועוד. די סובערא פארסטער (כאטש שטארק אומבאקאנט און נישט אויפגעכאפט) איז פון די בעסטע, און דערנאך קומט האנדא CR-V. די רב הולך על ארבע (Rav4) איז עטליכע חדשים צוריק געווארן איבערגעפרישט, אבער פארקערט ווי געווענליך, דרייווט די האנדא "סי.אר.ווי." מער ווייך ווי דעם טאיאטע. און מיט אלע מעלות און חסרונות איז טאקע די האנדע די בעסערע אויסוואל, און ווערט די בעסטע פארקויפט צווישן קליינע/קאמפעקט עס.יו.ווי.ס.

די פארד עדזש איז שוין א גרעסערע סייז, מער א קאמפעטישאן פארן היילענדער.

און פאר אלע וואס לעבן נאך אינעם באבל פון לעצטן דור: פארד, שעווי, קיע, וועלכע פלעגן הייסן גארביטש.. די צייטן האבן זיך געביטן, און זיי זענען כמעט נישט אינטערשטעליג פון טאיאטע און האנדע. זיי האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות צו פארבעסערן זייערע פראדוקטן און פיין מצליח געווען!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

האט א CRV מער לאגעדזש ספעיס ווי דער שוועסטער עקארד ?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איז נישט די האנדא crv אין די זעלבע קלאס ווי די פארד עסקעיפ? איך האב עס עטליכע מאל געדינגען, ס'איז געווען א פחד, קוים זיך גערירט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

די אויבענדערמאנטע זענען היבש קליינע. פארד עדזש, ניסאן מארענא וכדומ' זענען שוין טייערער.
בעסיקלי נעמענדיג די Subaru Forester, Honda CR-V און Toyota RAV4 צוזאמען, וועט אויסקומען אז אין כמעט יעדע הינזיכט וועט רעוו-4 נישט אריינקומען נומער איינס.
ווי פריער אנגעוויזן הייסט די Subaru Forester די בעסטע דאסמאל. אויב ביזטו א הויעכער מענטש, דאן וועט דיר דאס זעכער זיין פיל באקוועמער. די זיצן פארענט זענען די ברייטסטע, און האבן מער פלאץ פאר די פיס. די אנדערע זענען גראדע אביסל בעסער די אונטערשטע זיצן דאכצעך.
רעוו-פאר קומט אריין א דריטע איבער כמעט א יעדע געביט. סובארא איז א משהו לענגער און העכער; די אנדערע זענען ברייטער, וואס ווערט נישט באטראכט אלס אזא מעלה גראדע. סובארא און האנדא האבן בעסערע פיקאפס ווי די רעוו-פאר; סעפטי קומט האנדא אריין נומער איינס, מיט סובארא נומער צוויי.
אינעוויינג האט האנדא מער פיטשערס ווי די רעוו-4, הגם אויף געוויסע זאגט מען ס'איז דזשאנקי. בקיצור, אוועראלל איז די סובארא, דאן קומט די סי. אר. ווי, וואס שטייגט איבער די רעוו-4 כמעט מיט אלעם. מיט געז איז כמעט נישטא קיין חילוק, און פלאץ פאר לאגעדש זענען זיי מער ווייניגער אייניג. אמאל איז איינס א משהו גרעסער סתם אזוי, אנדערע זענען גרעסער בעת מ'לייגט אראפ די זיצן. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין וועלן אלע דריי זיין בערך די זעלבע.

די Kia Sportage שיינט בלויז צו האבן אביסל מער פערדן-קראפט ווי די סובארא; קלאפט א נפקה מינה אויב ווילסטו שלעפן פעקלעך, אדער אריינלאזן א צעיושטע כאפטע אנגעפאשעטע היטש הייקער זאלן אראפוועגן דיין מאשין ביז צום אפגרינד. אבער קודם איז דאס נישט גוט פאר לאגעדש-ראאם, ס'האט נישט באקוועמע זיצן, און פלאץ אויסשטעל וויאזוי צו זיצן. ס'הייסט נישט אזא געלונגען שטיקל.

פארד עסקעיפ זענען פארהאן חילוקי דעות. געוויסע שווערן זיך ס'גאר גוט; אנדערע האלטן ס'איז כדי צו עסקעיפן דערפון ווי ווען א גוי הייבט הענט. קודם אז דו זוכסט פלאץ איז דאס נישט אזוי גוט. די פלאטפארמע איז מער ווייניגער ווי די פארד פאוקעס, און האט שוין געהאט עטליכע ריקאלס.

פון ניסאן איז דא אינעם דאזיגן סייז אנשטאט די מארענא די Rogue וואס איז פשטות גאנץ גוט; ניסאן'ס דיזיינס זענען היבש ספארטי אין אלגעמיין, ביי געוויסע זענען זיי שוין טייל מאל אביסל--הגם נישט אבסעלוטלי--בגאאבא'דיג. נאכדעם איז דא Mazda CX-5 אויך מעלות און חסרונות.

אויך איז דא די Volkswagen Tiguan, ס'האט א גוטע פיק-אפ און איז גאנץ א גוט שטיקל. ס'האט אבער נישט קיין סאך לאגעזש פלאץ, און נעמט היבש מער געז.

בעיואיק מיט אנדערע דזשי-עם פירמעס האבן אויך לעצטנס ארויס געגעבן אזאנע קליינטשיגע סדום טרעקלעך. א שיינע התחלה פון זייער זייט נאכן פראדעצירן מאנסטארישע אויל פרעסענדע טרעקלעך, אבער לויט עקספערטן האבן זיי נאך צו מאכן פארשריט זיך צו דעריאגן צו די יאפאנעזע קאמפאקט-קראוסאווער מאשינען. אגב, ס'איז היבש קלענער.(און אביסל טייערער).

די CRV איז כמעט נישט אזוי ווי די עקארד; האט מער ענליכקייטן צום סיוויק. אבער קארגא פלאץ האט די CRV מער ווי די עקארד.

[tag]רויטע וואנצעס[/tag], פאר 7 פעסענדשערס איז דא א היבשע שיינע צאל. 8 פעסענדשערס ברויך מען זיך צעקוועטשן אביסל ביי די דריטע רייע זיצן ממש ווי א דירת קבע אין וויליאמסבורג. סובערבאן איז נאך מסתם יא באקוועם, נאכדעם פון די גרויסע איז דא ניסאן ארמאדא, טאיאטא סעקויא ועוד, דאס זענען 8 פעסענדשער. האנדא פיילאט, בעיואיק אינקלעיוו וכדו' ברויך מען גלייבן זענען אויך 8, אבער קענסט דיך פארשטעלן די זיצן מאחורי האבן אזא פנים ווי א רעגענדיגע חול המועד, אדער ווי געקענטע סאלמאן פיש אויף מקומות הקדושים. די מיניווענס, ספעציעל אדעסי און סיענע זענען די בעסטע פאר 8 פעסענדשער. אגב, פארד עקספלוירער איז נישט 8, עקספעדישאן יא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארד עקספלארער איז א 7 פאסאזשיר. נאך א גוטער טרעקל וואס איז צווישן SUV און מיניווען איז דער פארד Flex, וואס האט פלאץ פאר 8 (תיקון טעות: ס'איז נאר 7, א דאנק יואב פארן אויפמערקזאם מאכן), און דרייווט זייער פיין, און איז גאנץ ענליך צו די לעצטיגע אויפגעכאפטע שעווי טרעווערס, און אירע קאזינ'ס GMC Acadia און ביואיק ענקלעיוו, וועלכע יואב דערמאנט שוין פריער.

דער פארד עסקעיפ דרייווט די בעסטע פון אלע קלענערע SUV'ס. דאס הייסט, די מערסטע "ספארטי". אויב ווילסטו דרייוון ווילד, איז נישט פאראן קיין בעסערן אויסוואל. עס איז געבעיסד אויפן אויסגעצייכנטן פאקוס, וועלכע דרייווט אויך א מחי'. נישט זייער סמאאד, אבער האלט זיך צוגעקלעבט צום ראוד ווי מיט קרעיזי גלו.

פארד האט פאראורזאכט א שטורעם די לעצטערע יארן מיט זייערע "טאטש סקרין" דעשבאורדס, ווי אנשטאט פשוט'ע קנעפלעך איז אלעס איין גרויסער סקרין, וואס איז טאקע זייער cool, אבער אין פראקטיק מאכט עס פעסטע פראבלעמען, עס קען צומאל פריזן, נישט רעספאנדן, און צווינגט דעם דרייווער אוועקצוקוקן פונעם ראוד לענגער ווי געווענליך אפילו פאר פשוט'ע סעטינגס. אן אנדערע אויסוואל איז רעדן צום דופן און דער אוזן שומעת פארשטייט. מען קען צב"ש בעטן צו מאכן די סטיעם העכער. GM האט דאס שוין אנגעהויבן נאכמאכן מיט שוואכע רעזולטאטן. בעיקר אין די טייערערע קעדילעק מאדעלס, אבער מען רעדט זיך געפערליך אפ דערויף.

די נייע 2014 אדעסי האט אויך א טיילווייזער טאטש סקרין, און כאטש עס איז בעסער ווי פארד און GM, איז עס דאך מער קאמפליצירט צו נוצן ווי פשוט'ע היימישע קנעפלעך און קאנטראל דייעלס.

_______________________
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעקעדיג אום זונטאג דעצעמבער 08, 2013 3:33 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שמעקעדיג האט געשריבן:פארד עקספלארער איז א 7 פאסאזשיר. נאך א גוטער טרעקל וואס איז צווישן SUV און מיניווען איז דער פארד Flex, וואס האט ארט פאר 8, און דרייווט זייער פיין. אויך האט מען פארגעסן צו דערמאנען די לעצטיגע אויפגעכאפטע שעווי טרעווערס. און זייערע קאזינ'ס GMC Acadia און ביואיק ענקלעיוו.

דער פארד עסקעיפ דרייווט די בעסטע פון אלע קלענערע SUV'ס. דאס הייסט, די מערסטע "ספארטי". אויב ווילסטו דרייוון ווילד, איז נישט פאראן קיין בעסערן אויסוואל. עס איז געבעיסד אויפן אויסגעצייכנטן פאקוס, וועלכע דרייווט אויך א מחי'. נישט זייער סמאאד, אבער האלט זיך צוגעקלעבט צום ראוד ווי מיט קרעיזי גלו.

פארד האט פאראורזאכט א שטורעם די לעצטערע יארן מיט זייערע "טאטש סקרין" דעשבאורדס, ווי אנשטאט פשוט'ע קנעפלעך איז אלעס איין גרויסער סקרין, וואס איז טאקע זייער cool, אבער אין פראקטיק מאכט עס פעסטע פראבלעמען, עס קען צומאל פריזן, נישט רעספאנדן, און צווינגט דעם דרייווער אוועקצוקוקן פונעם ראוד לענגער ווי געווענליך אפילו פאר פשוט'ע סעטינגס. אן אנדערע אויסוואל איז רעדן צום דופן און דער אוזן שומעת פארשטייט. מען קען צב"ש בעטן צו מאכן די סטיעם העכער. GM האט דאס שוין אנגעהויבן נאכמאכן מיט שוואכע רעזולטאטן. בעיקר אין די טייערערע קעדילעק מאדעלס, אבער מען רעדט זיך געפערליך אפ דערויף.

די נייע 2014 אדעסי האט אויך א טיילווייזער טאטש סקרין, און כאטש עס איז בעסער ווי פארד און GM, איז עס דאך מער קאמפליצירט צו נוצן ווי פשוט'ע היימישע קנעפלעך און קאנטראל דייעלס.

שמעקעדיג, טוה דיך אן דיין ברילן און ליין וואס כ'האב געשריבן ברחל בתך הקטנה. איך שרייב קלאר וועגן דעם "אינקלעיוו וכדומה" וואס מיינט טרעווערס און עקעדיא. ווי אויך שרייב איך אז עקספלורער איז א זיבן פאסאנדשיר. ווי אויך שרייב איך די עסקעיפ איז אזוי ווי די פאוקעס, און איז לויט מאנכע גאר גוט. (אבער לויט אנדערע נישט).
קענסט צוריק גיין שלאפן.
אגב, די Flex אז פילסט דאס אן מיט מענטשן האסטו ממש נישט קיין טראנק. נעם דאס אין אכט. און איז אגב נישט קיין 8. נאר אזוי ווי אן עקספלורער. 6-7. אויך הגם ס'איז מורא'דיג באקוועם און ברייט, זיצט דאס "נישט" גוט אויפן ראוד. ווען ס'בלאזט ווינטן און ביזט אויפן הייוועי שפירסטו דאס גוט.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

א באריכט פון לעצטע חודש אין דאעלי ניוס

Sales of compact crossover SUVs thriving as Honda CR-V, Ford Escape, Toyota RAV4 lead the market

Read more: http://www.nydailynews.com/autos/sales- ... z2muSx07qI

וואס איז מיט'ן טאיאטע היילענדער? אין וועלכע קאטעגאריע איז יענע
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

ונבנתה העיר האט געשריבן: ס'איז געווען א פחד, קוים זיך גערירט.

דער עסקעפ אדער האנדא?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עסקעיפ.

פארשפארט