אנטוורפן קאכט: איז די היימישע קהילה טאקע מיט די רעפארם רח"ל?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

אנטוורפן קאכט: איז די היימישע קהילה טאקע מיט די רעפארם רח"ל?

שליחה דורך מיילעך »

אנטווערפען קאכט זיך זייער, נאך דעים וואס לויט שמועות זענען די קהילות, און בעיקר קהילת מחזיקי הדת וואו די היימישע קהילות זענען פארטרעטען, זיצ'ן צוזאמען מיט די רעפארם רח"ל אין בריסעל.

ממש די זעלבע וואו עס איז געווען אין דערהיים מיט די נעאלאגען און רעפארם, וואס איז באקאנט וואס די גדולי ישראל האבען פון דעים געהאלטען און בראשם דער רשכבה"ג דער חתם סופר זצוללה"ה.

מען דארף אויפפאסען קיינעם ח"ו צו באליידיגען און מען דארף עס איבערלאזען פאר די רבנים וואס וועלען זיך זיכער מטפל זיין אין דעים, אבער ווי ס'זעהט אויס פון מקורות אויף אינטערנעט און אנדערע, זעהט דער מצב נישט גוט אויס אין די עניין.

וואס האט יעצט זייער אנגעצויגען די געמיטער איז דאס וואס רב פנחס קארנפעלד פון קהילת מחזיקי הדת, האט געגעב'ן א שיינעם הספד אויפ'ן מייסד און נשיא פון אללע רעפארם קהילות אין בעלגיע וואס איז לעצטנ'ס געשטארבען און ער האט אויך ערקלערט אז אלס פרעזידענט פון די אורטודוקסיע פון אנטוורפן איז דאס אויך דער שטאנדפונקט פון די גאנצע חרדישען יודענטום פון בעלגיע.

איך בין מקצר, ווייל עס איז ליידער דא זאכען אינעם הספד וואס מען טאר נישט איבערזאגען.

דא האט איר די הספד וואס איז ליידער מפורסם געווארען אין די גאנצע וועלט:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-XP-f51pTa4[/youtube]

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר