דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חנניה זרח שטיגליץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות

שליחה דורך חנניה זרח שטיגליץ »

ס'איז געווינטשן צו זייין שפארזאם אפילו אסאך אירע זענען זיך טועה און לייגן אריין ''שפארזאם'' אינעם חדר פון ''קארגשאפט'' איז עס ווייט נישט דער אמת. אבער נישט דא וועל איך עס מסביר זיין, כ'וויל נאר מאכן דא א פלאטפארם וואו יעדער זאל שרייבן ווען און וויאזוי ס'איז אים געלונגען צו שפארן זיין אידיש געלט פארשטייט זיך נישט אויפן חשבון פון קאמפראמייזן אויף דאס וואס ס'פעלט אויס. למשל זאגן אז מ'שפארט זיך זינט מ'האט אויפגעהערט קויפן סעלמאן פיש פאר שבת און אנשטאט עסט מען טונא פיש פון א קען דאס איז נישט אין כלל. דאס וועט מען דארפן שרייבן אין א קארגשאפט אשכול.

ובכן, האב איך זיך געשפארט 35 דאלער אין א צייט ווען איך האב אפגעמאכט אז איך וויל שפארן געלט. נעמליך, כ'האב אויפגעגעבן מיין קאר. איז מיר שווארץ געווארן ווען דער לאקעל מאטאר וויקעל סערוויס האט מיר געבעטן 35 דאלער צו סורענדערן די לייסענס פלעיטס, ער מעג זיין גערעכט אבער איך האלט נישט אז דאס איז ריכטיג. האב איך גענומען דעם באן און אראפגעפארן אליינס קיין אטלאנטיק עוו, דאס גאנצע געשעפט האט גענומען איין שעה און יעצט שמייכל איך צו מיין 35 ריין געשפארטע דאלער. אקעי נעם אראפ 5 דאלער פארן טרעין

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר