The Genius: Elijah of Vilna

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

The Genius: Elijah of Vilna

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]די פון אונז וואס זענען שוין געווען בכלל דעת 12 יאר צוריק, געדענקען אוודאי דעם שטורעם וואס דער ספר "הגאון" האט אנגעזייט אינעם חסידישן וועלט, בעיקר אין ארץ ישראל. די צייטונגען און קובצים פון יענע תקופה, ווי עולם החסידות, ישורון, פסק ה"עדה החרדית", און די בלאג'ס וואס זענען נאך געווען אביסל ניי דאן, בחדרי חרדים, ספרים בלאג, דא קענט איר זעהן בילדער ווי דער קלויזענבורג רבי זז"ג פון בארא פארק פארברענט דעם ספר, בקיצור, ס'געווען לעבעדיג. - אין יענע צייט, ווען חסידים האבן געקאכט, זענען די ליטוואקען און די אלגעמיינער אידנטום געשלאפן רוהיג; דער גלגל האט זיך אבער געדרייט, און יעצט איז געקומען זייער צייט ארויסצוקומען אנטקעגן א פרישע ספר אויפן ווילנא גאון. ומעשה שהיה כך היה:

דער בארימטע יעיל יונווערסטי דרוק אפטיילונג האט געדרוקט דעם פארגאנגענעם יאנווואר 22, א בוך פון 339 זייטן, מיטן נאמען The Genius: Elijah of Vilna and the Making of Modern Judaism
book.jpg
book.jpg (200.03 KiB) געזען געווארן 2720 מאל

דער מחבר פון דעם בוך איז אליהו שטערן, א תלמיד פון ישיבה יוניווערסיטי, און פראפעסער פאר מאדערן אידישע היסטארי און יעיל, און געווינער פון "שמואל און ראני היימאן" פרס פאר אויסערגעווענדליכע שטודיע אויסגאבעס. אין קורצען, איז דער בוך:
This book offers a new narrative of Jewish modernity based on Elijah's life and influence

While the experience of Jews in modernity has often been described as a process of Western European secularization—with Jews becoming citizens of Western nation-states, congregants of reformed synagogues, and assimilated members of society—Stern uses Elijah’s story to highlight a different theory of modernization for European life. Religious movements such as Hasidism and anti-secular institutions such as the yeshiva emerged from the same democratization of knowledge and privatization of religion that gave rise to secular and universal movements and institutions. Claimed by traditionalists, enlighteners, Zionists, and the Orthodox, Elijah’s genius and its afterlife capture an all-embracing interpretation of the modern Jewish experience. Through the story of the “Vilna Gaon,” Stern presents a new model for understanding modern Jewish history and more generally the place of traditionalism and religious radicalism in modern Western life and thought

אין אנדערע ווערטער, דער מחבר זאגט אז ער האט עפעס נייעס צו פארציילען, אז דער גר"א קען ווערן באטראכט ווי א "יסוד לייגער" פאר פארגעשריטענע אידישקייט. איך וועל נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן, ווייל איך האב נישט געליינט דעם בוך במקור. - עס איז דא צו קויפן אויף עמעזאן.

דער בוך זעהט אויס צו זיין א שטיקל דורכפאל. אינעם פלעטובש'ען קובץ, חקירה, שרייבט אליהו קראקאסקי א נעגעטיווע ארטיקל אויף דעם בוך; הויכגעשעצטער פראפעסער מארק ב. שפירא, שרייבט אין א מאמר "דער גר"א: ווי מאדערען איז ער געווען?" אז דער מחבר איבערצייגט אים נישט.
דער פארווערט האט געהאט אן ארטיקל מיטן טייטל וויאזוי איז דער ווילנער גאון געווארן מער מאדערן ווי פון משה מענדלסאן. דא, אין דעם קליפ, קענט איר זעהן און הערן, אליהו שטערן, איבער זיינע קומענדיגע פרויעקטען.
ווי שוין כמה פעמים ערוועינט דא אין שטיבל, איז היסטארי א פרייע שטח, און יעדער קען שרייבן וואס ער וויל. עס איז נישט דא קיין לעבעדיגע עדות וואס קען מכחיש זיין. בנוסף צו דעם, מוז מען דאך מחדש זיין, מ'קען נישט סתם איבערזאגן וואס פריערדיגע האבן געשריבן, ווארום ביסטאך א פראפעסער, און נישט סתם א טיטשער! אלזא, חלום'ט מען א טעאריע, און מ'טוט זיך אן צוגעפאסטע גלעזער ביז מ'זעהט טאקע נאר ראיות ברורות אין יעדע ווינקל צום נייעם מהלך און שיטה, און the rest "ווערט" היסטארי. - דאס איז בדרך כלל, בדרך פרט - טענה'נען די פרומע ליינער פון די בוך, אז כמעשה הזה איז געטוהן געווארן צום ווילנער גאון אינדעם נייעם בוך. איך האב וואס זיי שרייבן אויך נאך נישט געהעריג סדרה מעביר געוווען, אבער מיט א שטחיות'דיגן בליק, שטעלט זיך דער מחבר אין די שורה פון "מעצבי דמות הגר"א"...
מ'דארף פארשטיין, אז די עולם התורה קען נישט דעם גר"א פון היינט, ר' חיים פון וואלאזין איז געווען זיין תלמיד מובהק, און ער האט געהאט אסאך תלמידים ממשיכי דרכו, און ס'איז מסתבר צו זאגן אז תלמידי תלמידיו ווייסען בעסער ווער דער גר"א איז געווען ווי any פראפעסער וואס וועט חוקר זיין דעם גר"א פון רמזים צווישען זיינע שורות. - עס איז ווי ר' יצחק לעבאוויטש וועט פארקויפן פאר ראביי ברויער פון וואשינגטאן הייטס, ווער ר' שמשון רפאל הירש איז געווען.[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר