מיר לעבן היינט אין אן אויסטערלישער אכשר דרא'גער וועלט, אזא פרישות וואס מיר פארמאגן, וואלט קיין שום פריערדיגער גדול/אחרון/ראשון/גאון/ תנא! /נביא! זיך געקענט פארשטעלן. אפילו די תורה/גאט אליינס! כביכול וואלט זיך נישט געקענט פארשטעלן אין וואספארא פרישות און באשיידנקייט מיר גייען לעבן, והראיה, ער האט אריינגעלייגט פרשת "תזריע" אין די תורה. איר הערט א מעשה? דאס צווייטע פסוק, נאך פאר שני, ווי כתה ב' אינגלעך לערנען לייגט מען אריין תזריע? מילא נאך שביעי החרשתי, אבער ממש בים אנהייב! פרובירן זאל ר' אהרן מאכן אזא פרשה וואס מ'וואלט אלס ארויפגעגאגסן אויף אים.
וויל איך טאקע מיטיילן מיטן עולם דא אין וואס איך האב זיך לעצטענס אנגעטראפן לערנענדיג נ"ך.
אין אנהייב שמואל ב ווען דוד המלך באוויינט פאעטיש זיין בעסטן פריינט יהונתן וואס איז נארווס אומגעקומען ביי די מלחמה.
דער פסוק זאגט "נפלאתה אהבתך לי מאהבת נשים" דיין וואונדערליכע ליבשאפט צו מיר איז געווען איבער די ליבע צו פרויען.
זע איך ווי דער אידישער פארטייטשער "יש אם למקרא" שרייבט
דער ליבשאפט וואס א מאמע האט נאטורליך צו איר קינד.
קוק איך אריין אין מצודת זע איך דאס
ער רעדט עפעס יא פונעם חשק וואס א מאן האט נאטורליך צו א פרוי.
נו איך וואלט נישט פארלאנגט אז דער יש אם למקרא זאל זיך אראפלאזן צום נידריגקייט פונעם מצודת דוד
האב איך געזוכט אן אנדערן פשט און יא דער רד"ק שרייבט ווי פאלגענד.
ספרים וואס פארטייטשן פשטים נוסח אכשר דרא
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דער רד״ק שרייבט איין פשט אז דוד המלך רעדט פון זיינע צוויי ווייבער, אזוי שטייט טאקע אין תרגום. נאכער זאגט ער א צווייטן פשט,
אז מ׳רעדט פון די אהבה וואס דער מאן האט צו זיין אייגענע פרוי, אדער צו די ליבשאפט פון א מאמע צו אירע קינדער, לכאורה דער ווייטסטער פונעם פשוט׳ער פשט אין פסוק. זעט אויס אז לויטן יש אם למקרא טאר איינער וואס פארשטייט אידיש נישט וויסן בכלל אז א מאן דארף ליבן זיין פרוי, ווייל ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פונעם ערשטן חלק פונעם צוויטען פשט און שפרינגט גלייך צום צווייטן חלק פונעם פשט.
אז מ׳רעדט פון די אהבה וואס דער מאן האט צו זיין אייגענע פרוי, אדער צו די ליבשאפט פון א מאמע צו אירע קינדער, לכאורה דער ווייטסטער פונעם פשוט׳ער פשט אין פסוק. זעט אויס אז לויטן יש אם למקרא טאר איינער וואס פארשטייט אידיש נישט וויסן בכלל אז א מאן דארף ליבן זיין פרוי, ווייל ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פונעם ערשטן חלק פונעם צוויטען פשט און שפרינגט גלייך צום צווייטן חלק פונעם פשט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
הרב באב''ד פון חומש תורה ברורה שרייבט אין זיין הקדמה אז זיין טייטש איז מיוסד אויף רש''י, חוץ אויב רש''י איז נישט מפרש..
אין פר' ויחי האב איך דאס געטראפן. רש''י טייטש די ווארט שדים - זרע האב, אין תורה ברורה טייטש - בריסטן.. ווייל אזוי קען ער עס שענער מסביר זיין פאר אינזער הייליגע קינדער זאלן נישט אנקומען צו הרהורים..ווער בעהט איהם מסביר פארוואס שדים מיינט פאטער,און טייטשן אז שדים מיינט ברוסטן זיין נישט מסביר פארוואס שדים האט מיט פאטער אין טייטש נישט אנדערש פון רש''י..
רש''י .."שדים" - ירה יירה מתרגמינן אישתדאי ישתדי אף שדים כאן ע"ש שהזרע יורה כחץ.

- ידיד ותיק
- הודעות: 679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
גראדע נישט געפערליך, ווייל למעשה איז בריסטן מער פשוט פשט פאר שדים.
אין בבא מציעא ווערט געברענגט אז א ת"ח מעג זאגן ליגנט וועגן דריי זאכן. איינס פון די זאכן איז בפוריא - דאס איז טייטש וועגן ווען ער גייט צום בעט. דהיינו תשמיש. דער מהרש"א טייטשט אז עס מיינט "פורים". און ער מעג זאגן ליגנט צו ער האט שוין גענוג געשיכור'ט פורים.

כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאטי האט געשריבן:דער רד״ק שרייבט איין פשט אז דוד המלך רעדט פון זיינע צוויי ווייבער, אזוי שטייט טאקע אין תרגום. נאכער זאגט ער א צווייטן פשט,
אז מ׳רעדט פון די אהבה וואס דער מאן האט צו זיין אייגענע פרוי, אדער צו די ליבשאפט פון א מאמע צו אירע קינדער, לכאורה דער ווייטסטער פונעם פשוט׳ער פשט אין פסוק. זעט אויס אז לויטן יש אם למקרא טאר איינער וואס פארשטייט אידיש נישט וויסן בכלל אז א מאן דארף ליבן זיין פרוי, ווייל ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פונעם ערשטן חלק פונעם צוויטען פשט און שפרינגט גלייך צום צווייטן חלק פונעם פשט.
נו, ער מוז דאך פארקויפן זיין חיבור אין וויליאמסבורג און מאנרא. אפשר שטאמט ער גאר פון דארט. והשנית. ער וויל נישט האבן אזא פנים ווי שפינאזא...!
און לאמיר נישט פארגעסן אז אין די היימישע יישובים איז דא גענוג מענטשן וואס זייער שטאטישע טשעקס אויף ביידע נעימען, זענען שוין אריינגעקומען. און ווען זיי גייען ארויס פון תפילת שחרית, כחצות, איז נאך איבערגעבליבן א סאך צייט צו טראכטן וויאזוי צו צו העלפן פאר'ן באשעפער כביכול, אז דאס אידישקייט זאל נישט באנקראטירן, ח"ו....!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חד גדיא האט געשריבן:גראדע נישט געפערליך, ווייל למעשה איז בריסטן מער פשוט פשט פאר שדים.
אין בבא מציעא ווערט געברענגט אז א ת"ח מעג זאגן ליגנט וועגן דריי זאכן. איינס פון די זאכן איז בפוריא - דאס איז טייטש וועגן ווען ער גייט צום בעט. דהיינו תשמיש. דער מהרש"א טייטשט אז עס מיינט "פורים". און ער מעג זאגן ליגנט צו ער האט שוין גענוג געשיכור'ט פורים.
ברוך שכיוונתי. צום מהרש"א'ס פשט. פונקט דאס געוואלט זאגן...!