בלאט 1 פון 3

אדמורי"ם בעלי עגלה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:53 am
דורך דולה ומשקה
לאור צו וואס ארפכשד שרייבט:
"אוי בין איך געווארן שאקירט פאריגע וואך צו זען הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א די מנהל פון סאטמאר ב"פ דרייוון א קאר"

און אפטעמיסט:
"הגה"צ ר' ליפא טייטעלבוים שליט"א אבד"ק זענטע (איך הער ער דרייווט אפילו)"

וויל איך צולייגען צו דער רשימה פון אדמורים ורבנים וואס טרייבן אליינס א אוטו:
דער גלאגוב'ער רבי הרב לייביש רובין שליט"א
רבי חיים רובין אבד"ק ראפשיץ
הרב יעקב שרגא פייוויש הורוויץ ר"י בית מאיר ואבד"ק טעלז, (סיי ער אין סיי זי דרייוון)
דער סטיטשינ'ער רבי הרב אליעזר יודקאבסקי (סיי ער און סיי זי)
הרב שלמה קעניג אב"ד וראש כולל יאקע
הרב אפרים שטיין אבד"ק פאלטיטשאן
הרב דוד ווייס אבד"ק קאמינקא
הרב דניאל (דני) רוקח אבד"ק או אדמו"ר מליזענסק (יערוסלאוו)
הרב יצחק דוד יונגרייז אבד"ק גארליץ
הרב מאיר שפיץ אבד"ק ביסטריץ
הרב ברוך שמשון האלבערשטאם אבד"ק רודניק
הרב שלום יוסף האלפערין אבד"ק ראדמישלא
הרב אליעזר הורוויץ אבד"ק אגודת ישראל


דער צאנז גריבובער פלעגט אויך יארן לאנג דרייון א אוטו ביז ער איז נתעלה געווארען במדריגה
הרב חיים מערץ אבד"ק תולעת יעקב האט אויך לייסענס, והא ראי' ער אויך פלעגט דרייוון
דער בלאזוב רבי הרב צבי יהודה שפירא געהערט אויך צו דער רשימה פון מלפנים...
הרב עמרם קליין אבד"ק אונגוואר פלעגט דריין (אולי נאך אלץ)
דער בריזדאוויץ'ער רבי פלעגט אויך (אוי ס'געוועהן גוטע צייטן...)
ר' פנחס הורוויץ משענדישוב קען ווערן דא געשטעלט

נו, אז אזעלעכע נעמען ווי גארליץ, רודניק, קאמינקא, ראפשיץ, סטוטשין און גלאגוב - מי רואה אלו יוצאים ולא יצאו...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:19 am
דורך shem-tov
ר' חיים מוזשאי ראפשיצער רובין דרייווט?? ער האט דאך א דרייווער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:21 am
דורך לך לך
אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש מניקלשבורג מאנסי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:21 am
דורך shem-tov
ביידע ניקעלשבורג'ע רבי'ס טרייבן אן אוטא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:32 am
דורך קאווע טרינקער
דער רודניקער'ס ברודער, אדמו"ר מזימיגראד, דרייווט אויך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:55 am
דורך רויטע וואנצעס
ליאזנא רבי שליט"א

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:56 am
דורך ברוך שאמר
כ"ק האדמו"ר מבאדאישל (די שווער פין דע דאוושענע רבי)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 12:00 pm
דורך קאווע טרינקער
דער צאנז גריבובער failed זיין דרייווען בחינה, און האט למעשה קיינמאל נישט געפירט קיין אוטו.
(מפי המשב"ק)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 12:03 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 12:50 pm
דורך אפטעמיסט
מליינט אייביג וועגן די צדיקים וואס האבן געהאט קפיצת הדרך. כ'האב אלס פארשטאנען אז ס'מיינט עפעס א העכערע זאך. איך פאנג אן שפעקעלירן. אפשר מיינט דאס פשוט לייטס און סיירענס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 12:53 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה: א טייל פון די אדמורי"ם ורבנים וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נאר רבנים וועלכע האבן סמיכה פון די טעלעפאון קאמפאני. א טייל קען איך פערזענליך. אינטרעסאנט. פאר מיר האטצעך קיינמאל נישט פארגלוסט צו ווערן א רעבע. איך בין צופרידן מיט מיין חלק. איך דאנק דעם באשעפער אז איך בין א בעל עגלה. פאנטאזירט האב איך אפשר יא (אלץ קינד) אבער דעם אפעטיט צו זיין א רעבע האב איך ב"ה קיינמאל נישט געהאט. 8-) :lol: :P

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 1:16 pm
דורך דולה ומשקה
נאוואמינסקא רבי הרב יעקב פערלו
דער מאטעסדארפער רב

גערעכט דער ראפשיץ'ער גייט אויך אריין אין די רשימה ווא 'פלעגן'.

ווען געוויסע פון די אויבערדערמאנטע דרייווען מוצאי שב"ק אדער חוה"מ האט דאס א אנדערע בחינה מיט די ווייסע זאקן און סטראקעס...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 1:24 pm
דורך סאו וואט
berlbalaguleh האט געשריבן:דולה ומשקה: א טייל פון די אדמורי"ם ורבנים וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נאר רבנים וועלכע האבן סמיכה פון די טעלעפאון קאמפאני. 8-) :lol: :P


יא, ווער געדענק נאך רבי שלום אייכנשטיין ז"ל זידיטשובער רבין, ווי ער פעגט זיך אריינזעצן און זיין אוטו און געטריבען דעם קאר, מיט'ן שטעקעלע און ווייסע זאק'ן.
אויף אים ווערט פארציילט דו בעסטע מעשיות, ווי למשל איינמאל איז ער אוועקגעפארן בטעות פונעם געז סטעישען ווען ס'איז נאך געוועהן צו געטשעפעט צום געז טאנק...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 1:38 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:א טייל פון די אדמורי"ם ורבנים וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נאר רבנים וועלכע האבן סמיכה פון די טעלעפאון קאמפאני. 8-) :lol: :P

:like :like :like
בערל גוט!
דארף מען זעהן דיר טאקע צו רופן בלויז בערל, נישט "רבי" בערל ח"ו.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:נאוואמינסקא רבי הרב יעקב פערלו
דער מאטעסדארפער רב

גערעכט דער ראפשיץ'ער גייט אויך אריין אין די רשימה ווא 'פלעגן'.

ווען געוויסע פון די אויבערדערמאנטע דרייווען מוצאי שב"ק אדער חוה"מ האט דאס א אנדערע בחינה מיט די ווייסע זאקן און סטראקעס...

ר' דולה ומשקה. איך מיין אז דו מאכסט א טעות.איך קען שוין דעם מאטערסדארפער רב שליט"א בערך 38 יאר. און זייט איך קען איהם האט ער נישט געדרייווט. וואס מ'האט ארומגעווילדעוועט אלס בחור אין ישיבה רעכנט מען נישט. אפשר מאכסטו א טעות מיט זיין ברודער ר' עקיבא. עהרנפעלד. ער האט יא געדרייווט א קאר. :roll: :oops:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 2:33 pm
דורך מאראנצןזאפט
הגר מאיר לייפער אדמו"ר מליזענסק לעקסוס
הגר משה חיים גאלד אדמו"ר מקראלי
הגר יצחק שווארץ מבראד
הגר מאיר יצחק הורוויץ מלינסק
הגר נחום אפרים מוואלאווע
אחיו מנירבאטור
און אלע כשרות רביים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 2:35 pm
דורך חנניה זרח שטיגליץ
הג"ר שמעלצער מעירמאנט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 2:35 pm
דורך לך לך
ווער געדענקט דען נישט די אלטע ראצפערטער רבין בעל קרבן אשר דרייוון אויף לי עווניו?!
א בילד?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 3:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
עירמאנטער רב [סיי ער סיי זי..]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 4:12 pm
דורך [NAMELESS]
צוויי דריי יאהר צוריק האב איך נאך געזעהן די סיגעיטער רב הרב מייזליש דרייווען א קאר אין בארא פארק מיט זיין רעבעצין אין די זייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 4:35 pm
דורך חסיד ראדני
נאר אין סקווער איז א קפידה דער עגלה פירעריי כגון א שוחט ווערט נישט נתקבל אויב ער באזיצט לייסענס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 4:52 pm
דורך רואה ואינו נראה
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 5:22 pm
דורך ראש הישיבה
איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.