בלאט 1 פון 1

שערי יצחק (אידיש), יצחק זאלער, ווארשע, תרע"ה

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 2:49 pm
דורך יואליש
אלס קליין קינד פלעג איך זייער גלייכן דעם ספר שערי יצחק, וועלכע איז אויסגעשטעלט בדרך שאלה ותשובה פון א תלמיד צו א רבי אויף עניני יהדות אויפן אן עלעמענטארע דרגא צו געבן קינדער די בעסיק ידיעות אין הלכה און אין יהדות. ס'איז אויך פארהאן אן איבערזעצונג, זעה איך אויב היברו בוקס, אין לשה"ק.

הגם כ'פלעג זיך דערקוויקען דערמיט, זייענדיג מיין איינצוגסטע מקור פאר ידיעות אין יענע צייטן (נישט פארשטייענדיג אלעס), זינט כ'בין אביסעל עלטער געווארן האב איך שוין נישט אריינגעקיקט דערין. כ'האב זיך יעצט דערמאנט דערפין, קלערענדיג עס צו געבן פאר מיין זוהן. וויל איך פרעגן אויב ס'איז עפעס דא וואס מ'ווייסט איבערן מחבר, די איינפלוס פונעם ספר דורכאוס די יאר, וואס איז איר סגנון מעסטענדיג עס אויפן היינטיגן חרידישן ספעקטורם, איז עס געווען פארמישט אין קאנטערווערסיע, און בכלל, זענען דא נאך מעמבערס דא וואס האבן זיסע זכרונות פון דעם ספר'ל?