חסידישע מענטשן רעכט גרופעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

חסידישע מענטשן רעכט גרופעס

שליחה דורך אפטעמיסט »

לאור די פטירה פון נעלסאן מאנדעלא און דעם אשכול וואס איז געווידמעט געווארן לכבודו, וויל איך באהאנדלען א נושא וואס כ'בין זייער נישט קלאר אין.
ביי נאטורליכע קאטעסטראפעס וואו עס ווערן גע'הרג'עט צומאל שווערע טויזענטע מענער פרויען און קינדער און גאנצע שטעט ווערן חרוב ונחרב. צי ווען טעראריסטען מארדן אומשולדיגע מענטשן סיי וואו איבער די וועלט, איז די מענטשהייט צוטיילט אין דריי חלקים:

1) די רעטונג לייט. דאס באשטייט פון אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט גרופעס און אקטיוויסטן וואס שליסן זיך אן בגוף ובממון צו העלפן די באטראפענע.

2) סתם מענטשן. אין דעם ווערן אריינגערעכענט רוב מענטשן אין די וועלט, וואס האלטן מיט די נייעס און קוקן צו מיט ווייטוג און רחמנות ווי אומשולדיגע מענטשן פארלירן זייער לעבן און יונגע קינדער בלייבן אן א טאטע און מאמע.

3) חסידישע אידן. אין דער קאטאגאריע גייען אריין רוב היימישע אידן, וואס זיצן אין מקוה און זאגן מיט א געלעכטער "שוין, נאך צען טויזענט יאפאנעיזע טויטע".

און איך פרעג: פארוואס טאקע איז עס אזוי? פארוואס גייט אונז נישט אן קיין כי הוא זה ווען א נישט איד לייד א מיתה משונה? איצט, יא, סאיז דא גענוג גוים וואס גייט נישט אן ווען א איד איז אין א צרה (און פארשטייט זיך היפש אפאר שונאי ישראל וואס פרייען זיך גאר, אבער איך רעד נישט פון דעם) אבער סאיז דא גענוג און נאך וואס באדערט זיי יא. איך געדענק ביי די לייבי קלעצקי טראגעדיע ווי א שווארצער ערל האט געוויינט מיט טרערן אין די אויגן, און נישט געקענט צו זיך קומען.
אבער ביי אונז אידן איז נישט בנמצא אז איינער זאל זיך קימערן איבער א גוי'ס טויט. פארוואס טאקע? פארוואס זענען נישטא קיין חסידישע מענטשן רעכט אקטיוויסטן?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הרב דוב לינזער, מראשי ישיבת חובבי תורה (איר וועט אים אוודאי נישט חושד זיין אז ער איז פון אונזערע "היימישע אידן", ק"ו ונכד של ק"ו הזקן, אז ער איז נישט פון די "וואס זיצען אין מקוה.."); אין א שמועס במסגרת "גלאבלע טאג פון אידישקייט לערנען, האט געגעבן א שיעור בענין זה Social Justice and Circles of Responsibility, דער מציאות איז - טענה'ט ער - אז וויפיל פארקאכט א מענטש זאל נאר זיין אין "מענטשען רעכט", קילט זיך אפ דערווארימקייט ביים גרעניץ, און נאך מער ביים צווייטען גרעניץ. מ'קען נישט פארלאנגען פון א מענטש צו וויינען יעדעס מאל מ'הערט פון א טראגעדיע אין אשדוד אדער אין מאראקא.
Under influence
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אפטעמיסט האט געשריבן:3) חסידישע אידן. אין דער קאטאגאריע גייען אריין רוב היימישע אידן, וואס זיצן אין מקוה און זאגן מיט א געלעכטער "שוין, נאך צען טויזענט יאפאנעיזע טויטע".

דו ביזט סתם א פאלנער שקרן און סלענדערער. שעם דיר!
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אזוי ווי איך בין א מענטשן רעכט און שלום אקטיוויסט, ריספעקט איך דיין מיינונג און שטאנדפונקט, [tag]דער פינטעל איד[/tag]. אבער סוואלט מיר געשמעקט אויב דו קענסט מיר אינפארמירן אין וועלכע מקוואות דו באפאזירסט דיך, ווייל אין די מקוואות וואו איך ווייק מיר הערט מען יא די שפראך.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון מיר הערסטו עס זיכער נישט. מיין הארץ גייט מיר נאך עניטיים אזוי אויס ווי אבאמא, און מיינע "פרעיערס" זענען נאך עניטיים אזוי שטארק ווי די אלע וואס דאווענען.
ורחמיו על כל מעשיו.
די איינציגסטע מאל ווען איך בין נישט אזוי אנגעווארעמט איז ווען עס פאסירט א טראגעדיע אין אן אראבישע טעראריסטישע מדינה, ווי די איינוואוינער הרג'ענען זיך איינער דעם צווייטן און זייער ציהל איז אנצוזייען טעראר און שרעק איבער די וועלט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

קוק אין דעם אשכול, ס'דא אידן וואס ס'טוט זיי יא וויי.
אני הקטן בתוכם viewtopic.php?p=159165#p159165
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

קיין חרדי'שע מענטשן רעכט גרופעס זענען נאכנישט דא, אבער א היימישע חיות רעכט גרופע איז ב"ה יא דא. באקענט אייך מיט בחמל"ה - ח'רדים מ'תנדבים ל'מען ה'חיות.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

יש אומרים אז עסן פלייש איז בעצם נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה.
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך פיש כאפער »

ס׳איז קלאר אז אילמלא נח האט געראטעוועט אלע חיות אז ס׳וואלט געווען אסור עס צו עסן.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

רבותי ס'פארגייט מיר די אפעטיט צו לעבן! ו-ו-א-ס ג-י-י-ט פ-א-ר מיט די משוגענע וועלט??? עס פארן ארום קליפס פון יונגע סוריע'שע קינדער אויסגעצויגן טויט אין די גאסן פון סוריע, פרובירן נעבעך צו וויינען אבער ניטאמאל דאס קענען זיי! רשעות'דיג פארגאזט מיט כעמישע וואפן, יונגע שעפעלעך שלא טעמו טעם חטא, און די גאנצע וועלט פארשטאפט די קאלט בלוטיגע אויגן ווי גארנישט! ה-א-ל-א??? איינער רעדט אידיש?! איינער קען מסביר זיין וואס דאס מיינט? ס'כאפט א גרויל צו זיין א חלק פון די מענטשליכע ראסע! איך קוק איבער די בילדער, איך קוק איבער די קליפס און עס רינען טרערן פון מיינע אויגן. איך טראכט פון מיינע קינדער פון די זעלבע יארגאנג, אבער קען איך דען עפעס טון?! געוואלד געשריגן! געוואלד געשריגן! וויפיל נאך יונגע נשמות וועלן אזוי גרויזאם געמארדערט ווערן.

יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך


היסטאריע וועט אונז געדענקן און פאראייביגן ווי א טרויעריג-בארבארישע דור וואס איז געזעצן און געהויליעט ווען קינדער זענען געשטארבן אין די הענט פון זייערע מוטערס. אוי נא אללי אל.
פארשפארט