בלאט 1 פון 19

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 4:11 pm
דורך גנדי
אוואו קען מען דאס זעהן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 4:07 pm
דורך פיש כאפער
Arrested Development איז א מורא׳דיגער tv show. ס׳איז טיפער קאמעדי, אבער ס׳איז דאס בעסטע וואס ס׳איז נאר דא.
Family Guy איז אויך מורא׳דיג גוט. מען דארף עס אבער ליב האבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:15 am
דורך געוואלד געשריגן
יאנטעף האט געשריבן:איך האב נישט געקענט טרעפן אן אשכול אויף טעלעוויזיע סעריעס, מאך איך א נייעם. אויב עס איז שוין דא ביטע צאמשמעלצן.

בילד
איך האלט אינמיטן קוקן Mad Men, און עס איז גאנץ פיין. מ'קריכט אריין אין די פרטיות'דיגע לעבן פון פילע מענטשן, און מ'באקומט זעהר א טיפן בליק אין די מצפונות הנפש. די סעריע איז געset אין די 1960ער יארן, און שפילט זיך אפ אין אן אדווערטייזינג אגענטור מיט ארבייטער מיט פארשידענע פאזיציעס און כאראקטערן.
איך האלט אינמיטן די צווייטע סעזאן, און איך געפון עס זייער פאמעליך און אביסעלע boring. ווער קען אביסל איבערגעבן פון זיינע/אירע געפילן ביים זעהן די סעריע?


איך האב געוואטשט די ערשטע פינף סעזאנען. עמעיזינג שאו. יעדע דראמע האט dry spells און buildup.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:27 am
דורך shlomyg
יעצט געענדיקט homeland.
האט איינער מיטגעהאלטן?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:44 am
דורך kitov
Yup, Good show similar style as 24

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:04 pm
דורך גנדי
shlomyg האט געשריבן:יעצט געענדיקט homeland.
האט איינער מיטגעהאלטן?


איז דאס נאר דראמא אדער אויך ראמענס און ליבע?

ווי קען מען דאס זעהן בחנם?

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:25 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
גנדי האט געשריבן:
shlomyg האט געשריבן:יעצט געענדיקט homeland.
האט איינער מיטגעהאלטן?


איז דאס נאר דראמא אדער אויך ראמענס און ליבע?

ווי קען מען דאס זעהן בחנם?

[tag]גנדי[/tag]
http://www.icefilms.info/tv/series/4/3335
http://www.primewire.ag/watch-2727547-Homeland

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:36 pm
דורך טריפל אי
Prison Break איז זייער א גוטע שוי. יעדע איינציגע עפיזאד ציהט צו וועלן וואטשן די נעקסטע.

The Good Wife איז אויך א פיינע, אגב, עס האלט נאך אינמיטן שפילן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:39 pm
דורך געפילטע פיש
גנדי האט געשריבן:
shlomyg האט געשריבן:יעצט געענדיקט homeland.
האט איינער מיטגעהאלטן?


איז דאס נאר דראמא אדער אויך ראמענס און ליבע?

ווי קען מען דאס זעהן בחנם?

די דראמא און ליבע איז געפלאכטען איינער אין צווייטן. די כאראקטארן זענען nearly psychotic, bipolar מיט אלע גוטע זאכן, אזוי אז זייער רילעישענשיפ'ס זענען טיף און קאמפליצירט, מ'באקומט א טיפערע בליק אין די העלדען פון די געשיכטע, און דאס איז די שיינקייט דערפון. טאמער האסטו ליב דראמא באשפריצט מיט אביסאלע ליבע, (איך ווייס נישט ווי ווייט ס'האט ראמאנס, ס'יז מער love relationships, אבער נישט קיין Jacuzzis טשאקלאד מיט בלומען, נאר מען א טיפערע בליק אין ווי ווייט א מענטש וועט גיין פאר די מענטשען וועם ער\זי האט ליב) וואלט איך שטארק געראטן איר זאלט עס אויספראבירן.

----

טריפל איי האקט, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס מאכט אז א מאווי\TV שאו זאל ווערן אויפגעכאפט ביים היימישן עולם? יעדע יונגעמאן וואס דו פרעגסט, וועט דיר ארויספראקן די זעלבע פיר פינף טייטעלס, 24, פריזען ברעיק, air force one, ועוד כהנה וכהנה. איז דא א געוויסע קריטעריום וואס מאכט אז חסידישע יונגעלייט זאלן דאס ליב האבן, אדער איז עס אזא מסורה זאך?

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:58 pm
דורך ונבנתה העיר
yukon men, דאס לעבן אין שטעטל טאנאנא אין אלאסקא, 150 מייל פון פעירבענקס, עס איז נישט דא קיין ראודס אריין אדער ארויס, קיין גראסערי וכדומה איז נישט פאראן - וואס מען כאפט דאס האט מען.

די ערשטע סעזאן איז אוועיליבעל אויף נעטפליקס, דא האט איהר בחינם [אביסל שוואכערע קוואליטעט].

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:12 pm
דורך טריפל אי
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס מאכט אז א מאווי\TV שאו זאל ווערן אויפגעכאפט ביים היימישן עולם? יעדע יונגעמאן וואס דו פרעגסט, וועט דיר ארויספראקן די זעלבע פיר פינף טייטעלס, 24, פריזען ברעיק, air force one, ועוד כהנה וכהנה. איז דא א געוויסע קריטעריום וואס מאכט אז חסידישע יונגעלייט זאלן דאס ליב האבן, אדער איז עס אזא מסורה זאך?

זעהט אויס אז ס'איז דער זעלבע מאגנעט וואס ציהט אונז צו די לעלוס. מיר האבן ליב פעסטע חברה'לייט

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 1:11 am
דורך איש אשכולות
מילא שטיסל בין איך געוואור געווארן אויף קאווע שטיבל און עס דאנלאדעד פון יוטוב. אבער סתם טעלעוויזיע שאוס וואטשען חרדים, אינגערלייט מיט מאמע לשון, עס איז מיר א חידוש. כאב געמיינט מען האט אויסגעראטן טעלעוויזיע.

#אינטערסאנט

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 1:17 am
דורך איך אויך
מיי פרענד יו אר אין פור עלאט אוף סורפרייזעס.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 1:21 am
דורך גנדי
Downton Abbey

דאס איז זייער גוט פאר ווער עס האט ליעב רביס מיט גבאים, יחוס, רבי׳שע שידוכים, מנהגים, קפידות, מיט פאלאטיקס בחצר הקודש.

איינער האט דאס שוין געזעהן?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:30 am
דורך טישו באקס
די שאו DADS איז אויך א געשמאקע קאמעדי
סעהאלט יעצט ביים ערשטן סעזאן

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:07 am
דורך פיש כאפער
גנדי האט געשריבן:Downton Abbey

דאס איז זייער גוט פאר ווער עס האט ליעב רביס מיט גבאים, יחוס, רבי׳שע שידוכים, מנהגים, קפידות, מיט פאלאטיקס בחצר הקודש.

איינער האט דאס שוין געזעהן?


יא. ס׳איז מיר פארגאנגען די אפעטיט נאך איין עפיזאד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:09 am
דורך פיש כאפער
נעכטן געמאלדן געווארן אז נעטפליקס גייט פראדוצירן א דריטער סעזאן פונעם גאר געלונגענעם house of cards.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:12 am
דורך איש עברי
איש אשכולות האט געשריבן:מילא שטיסל בין איך געוואור געווארן אויף קאווע שטיבל און עס דאנלאדעד פון יוטוב. אבער סתם טעלעוויזיע שאוס וואטשען חרדים, אינגערלייט מיט מאמע לשון, עס איז מיר א חידוש. כאב געמיינט מען האט אויסגעראטן טעלעוויזיע.

#אינטערסאנט

דו קענסט יונגעלייט מיט א מאמע לשון? למשל דו האסט א מאמע לשון? געוואלד, מיך האט מען געזאגט אז איך האב צונג ווי א שלאנג ווער איך געוואויר אז סאיז דא יונגעלייט מיט מאמע צונגען.
אקעי צינישקייט אין א זייט, זאלסט וויסן סהייבט זיך אהן ביי שטיסל אבער מענדיגט נישט דארט, דו אייבערשטער האט אריינגעלייגט [זעהט אויס בטעות ח"ו] אין מענטשן א נטיה צו זיין נייגעניג און דאס וועלן א מיליאן רבנים נישט קענען טוישן.
מיט כביכול קען מען זיך נישט שלאגן

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:48 am
דורך [NAMELESS]
גנדי האט געשריבן:Downton Abbey

דאס איז זייער גוט פאר ווער עס האט ליעב רביס מיט גבאים, יחוס, רבי׳שע שידוכים, מנהגים, קפידות, מיט פאלאטיקס בחצר הקודש.

איינער האט דאס שוין געזעהן?

געזעהן און זייער אינזשויט. עס איז איידעל און אויסגעהאלטען צו קיקן

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:06 am
דורך its me
The best comedy tv show I ever watched was two and a half men (Pre Ashton Kutcher
The best movie is horrible bosses

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:24 am
דורך געוואלד געשריגן
its me האט געשריבן:The best comedy tv show I ever watched was two and a half men (Pre Ashton Kutcher
The best movie is horrible bosses


best comedy show is arrested development

best comedy movie is the big lebowski

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:31 am
דורך פיש כאפער
Arrested development איז די בעסטע קאמעדי out there period. פילמס קען מען טרעפן אסאך וואס זענען בעסער פון lebowski ווצב״ש borat

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 5:26 pm
דורך איך אויך
איך וואטש אויף יו-טוב undercover boss ,זייער אינטרעסאנט און על פי רוב די ענדע פון די עפיזאדן קען אריינגיין אין די געברענגט טרערן אשכול.