בלאט 1 פון 1

פארוואס איז עפעס אזוי שטיל דא אין קאווע שטיבל?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
האב איך אפשר מיסקאלקולעטעט די חנוכה לוח און דער עולם האט נאך פעסט חנוכה פארטי'ס? דע לעצטע פאר נעכט און אפילו אביסל טעג הערשט א טויט שטילקייט דא, כ'קוק דא ס'געווען אפשר 6 תגובות אין די לעצטע 5 שעה. וואס גייט דא פאר? איך האלט אראפ דעם ריפרעש קנעפל אולי וועט זיך איינער דאך מרחם זיין און שרייבן עפעס אפילו א נארישן וויץ אדער פאני בילד, עפעס. אבער גארנישט רירט זיך.

אויב דאס האלט אן נאך אביסל וועל איך נישט האבן א ברירה, כ'וועל ווערן א OTD אדער אפשר בלויז אפקויפן דעם ארמארי.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:43 pm
דורך מאראנצןזאפט
גם אני מצטרף, בו בעת וואס די נודניקעס ליסטעס וואקסן פון טאג צו טאג, הערשט דאהי א תוהו ובוהו. ברם זכר לטובה אותו קופערניקוס וואס האט האט צוריקגעברענגט לשעה אביסל ראזע קאליר צום בלאסן פאר'חלש'טן פנים פון אונזער ליבער שטיבל דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת. אגב, האב איך געוואלט דערקלערן א הונגער סטרייק ביז ער קריגט נישט מינימום 73 לייקס.
ישמעאל טייערער, לאמיר מאכן א שמועס אזוי ס'זאל זיך אלעמען גליסטן אריינצורעדן.
וואסענייעס?
ווייסט נאך וועמען עס בענקט זיך אין אזא צייט? נאך זר זהב! סיידן אויב ס'איז געווען א חתונה אין בעלזא איז נישט געווען אזא זאך אז מ'זאל רעפרעשן דעם פעיזש און ער זאל נישט האבן עפעס געשריבן, אוי איז געווען גוטע צייטן.
הורם הנז"ר והוסרה העטרה, ק"ק זאבלטוב איז אין טרויער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין זיך מרחם.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:45 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]הוגה[/tag] איז שולדיג. וואו איז ער?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:58 pm
דורך בעל הבית
מ'דארף מאכן א קרן פאר די אלמנה פין זר זהב,איך מיין ער איז נישט געווען א מעמבער אין ערבים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:05 pm
דורך אליצפן
ישמעאל, וואס טוט מען אז מ'האט נישט וואס צו זאגן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:07 pm
דורך ישמעאל הכהן
אליצפן האט געשריבן:ישמעאל, וואס טוט מען אז מ'האט נישט וואס צו זאגן?

דאס אליינס איז גענוג געזאגט. אבי ס'טוט זיך עפעס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:12 pm
דורך אליצפן
איך מיין ס'איז בעסער אז ס'טוט זיך גארנישט, וואו איידער ליינען אסאך פון די נארישע שרייבערייען וואס טוט זיך דא לעצטנס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:17 pm
דורך בעל הבית
איך קלער צו מיר אז זר איז דער וואס האט לעצטענס געמאכט העדליינס איבער א ניר, לאמיר עם זיך לאזן אויס רוהן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:34 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'האלט אז א דיסלייק קנעפל וועט אביסל צירוק אויפלעבען די שטיבל, ווייל וועט איינער רעגט זיך אויף אויף א פאפראקאשטע תגובה וואס איינער שרייבט אין די רוחות אריין, געבט ער זיך אויס דורעך נישט באזוכען קאווע שטיבל פאר זיבען טעג אין זיבען נעכט,
טאמער אבער ס'וועט זיין א דיסלייק קנעפל וועט מען אויסגעבען די כעס מיט א קלינגעדיגען דיסלייק אינעם באבען'ס פאפען אריין, אזוי וועט מען נישט דארפען ניצען די זיבען טעג עצה ...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:36 pm
דורך גנדי
איך מיין די עולם כאפט אריין ענד-אויף-יער חשבונות. נדבות. עקספענסעס.

אדער אפשר די עולם האט א גוטע ביזי האלידעי סעזאן.

די עולם איז ביזי פאקן. שיקן. אנלאדענען די ברוינע טראקן. און לויפן מיט די בלויע באקסעס צום פאסט אפיס.

איך האף די עולם מאכט געלט. און מען וועט שיקען א פעטע טיפ פאר די מלמדים נאך קראצמאך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
זר זהב מיט שליח זענען די צוויי אמריקאנע פארכאפט אין נארט קאריע, דארט לאזט מען זיי נישט צו עקסעס צו קאווע שטיבל, זיי האבן מורא פון די רעוולוצישן גייסט דא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:42 pm
דורך atmybest
[tag]גנדי[/tag], אריין אין מאחורי.
דא שרייבט מען נישט אז די עולם איז ביזי.. ..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:00 am
דורך [NAMELESS]
סוף יאהר דארף מען מאכן אבאנטש סעילס. איז די עולם ביזי