בלאט 1 פון 3
הכונו! - הצעות לחגיגת יום הולדתינו השנית הבעל"ט ולברכה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:15 pm
דורך קאווע טרינקער
עס לאזט זיך נישט גלייבן, אבער די קאלענדער ווייזט אז קאווע שטיבל ווערט שוין באלט - נאך נישט - צוויי יאר יאר אלט...!!!!
ס'וואלט געווען א שיינע זאך מיר זאלן פייערן די גרויסע שמחה לכה"פ דריי מעת לעת'ן פון לאכעריי, ברבורים ושליו ודגים (מאנכע רופן דאס "שבת התוועדות" גאר). לדאבונינו, הערשט נאך דא א פחד פונעם אייגענעם שאטן, [tag]קופערניקוס[/tag] וועט קיינמאל נישט אויסזאגן [tag]דענקער[/tag] ווער ער איז. זייט ווען עסט מען אין די גוישע [tag]לעיקוואד[/tag] [tag]געפילטע פיש[/tag] ? [tag]קינות גירושין[/tag] איז שוין א פארגאנגענהייט וכו' וכו'.
אבער פטור בלא כלום פסק'נט מען דאך: אי אפשר. אלזא, דר'עולם איז מכובד ארויפצברענגען אויפן טיש אויפריכטיגע פלענער, וויאזוי מיר זאלן זיך משמח זיין באי לאו האי יומא.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:40 pm
דורך גנדי
לאמיר מאכן א צוזאם קום. יעדער זאל זיך טרעפן. מען דארף נישט זאגן קיין נאמען.
מען וועט שפילען קאווע שטיבעל געיםס.
מען קען ברענגען גרעב-בעגס פאר ניקס. מען וועט דארפן אויסגעפונען פאר וועלכע ניק מען האט געקויפט.
וכו׳ וכו׳
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
I'm in
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:45 pm
דורך קאווע טרינקער
נאר פרייליך וועט טרינקען קאווע, איך וועל זיין פרייליך.. יעדער וועט מיינען אז איך קום פון בית שמש..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:47 pm
דורך אליצפן
די מיני זאכן ארבעטן זיך קיינמאל נישט אויס. דער עולם דא ציטערט פאר זייער אייגענע שאטן, וואו קאווע טרינקער האט שוין ערווענט.
מענטשן ווילן נישט מ'זאל אפילו וויסן אז זיי ליינען ק''ש, let alone שרייבן דא.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:48 pm
דורך atmybest
קאווע טרינקער האט געשריבן:נאר פרייליך וועט טרינקען קאווע, איך וועל זיין פרייליך.. יעדער וועט מיינען אז איך קום פון בית שמש..
איך וועל זיך פארשטעלן אלס [tag]נאר,,פרייליך[/tag].
לאמיר וויסן ווען עס וועט פארקומען. איך דארף זיכער מאכן זיך נישט צו שויערן פאר א חודש צוויי.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:50 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך אויך. לכאורה וואלט איך געדארפט מורא האבן אז מ'וועט מיר באשייגעצן ווי נאר איך שפאציר אריין , אבער שוין. מ'וועט זען א שיינעם שמעקיגן אינגערמאן מייט א געשטיצטן בארד ס'וועט קיינעם נישט בייפאלן. דענקער וועט ארויפשפרינגן אויף מיר און האגן שטארק.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:55 pm
דורך שמעקעדיג
איך שלאג פאר עס זאל זיין א מסיבה פנימי וואס נאר עטליכע אינטרעסירטע ניקס זאלן ערהאלטן אין אישי א צייט און א פלאץ.
מי ומי ההולכים? זאלן די מנהלים דעסיידן. אדער מאכן וואוטס. איך ווייס נישט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב דער עולם איז ערענסט דארף עס ווערן אויסגעארבייט אין אישי אדער אין מאחורי, אז נישט וועל מיר האבן דארט גאנץ שיעור ג' און שיעור ד' פון די ישיבה על קברו.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:56 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך ברענג אייער
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
מאך זעכער נישט איבעגענעכטיגע פאר די קלויזענבורגער בינינו.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:59 pm
דורך גנדי
איך בין אין.
זאל איך קומען אנגעטוהן אזוי ווי גנדי?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:00 am
דורך שמעקעדיג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך ברענג אייער
און איך די שפייז
(שטייצעך נאר אויב איך בין געלאדענט)
ניק נעמען פון עסן ברענגען זייער עסן
קאווע טרינקער
געפילטע פיש
מאראנצן זאפט
סאשי פיש
צימעס וועט נישט סערווירט ווערן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:01 am
דורך אפטעמיסט
ווער ס'איז אינטערעסירט אז איך זאל מיך באטייליגן, זאל ביטע לייקן די תגובה. אויב באקום איך נישט א שיינע צאל לייקס, נעם איך מיר די לעבן. געדענקט, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:01 am
דורך רויטע וואנצעס
גנדי האט געשריבן:איך בין אין.
זאל איך קומען אנגעטוהן אזוי ווי גנדי?
זאל איך פעינטען מיין וואנצעס רויט, און גנבענען א קראך היטל פון א חבד'סקער מקוה?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:02 am
דורך יואב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך ברענג אייער
איך בין גרייט צו קומען, מיט מיין אנדערן ניק אבער. טאקע צו כאפן אייער פון דער פינטלע איד. כ'האף ער וועט דארט זיין מיט זיינע אלע שבע שמות, און מ'וועט קענען אויסקלארן זיינע סאבאטאש אגענדעס. ער וועט ווארפן אייער, און איך וועל צוריק ווארפן לייקס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:03 am
דורך [NAMELESS]
אלץ ראשעקאל קים איך נאר מיט א נארמאלע כיבוד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:03 am
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט און וואנצעס וועט מען די גרינגסטע דערקענען. זייער בילד זעהט מען דאך אויף זייער אוועטאר. ענק וועלן מוזן לייגן מעיקאפ.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:05 am
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט האט געשריבן:כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
צ"ל כל ה
ליקים נפש אחת מישראל כאילו
ליקיים עולם מלא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:07 am
דורך אפטעמיסט
שמעקעדיג האט געשריבן:אפטעמיסט און וואנצעס וועט מען די גרינגסטע דערקענען. זייער בילד זעהט מען דאך אויף זייער אוועטאר. ענק וועלן מוזן לייגן מעיקאפ.
וואס איז מיט יואב און ראשאקאל? זיי וועט מען אויך גרינג דערקענען
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:08 am
דורך יואב
אפטעמיסט האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אפטעמיסט און וואנצעס וועט מען די גרינגסטע דערקענען. זייער בילד זעהט מען דאך אויף זייער אוועטאר. ענק וועלן מוזן לייגן מעיקאפ.
וואס איז מיט יואב און ראשאקאל? זיי וועט מען אויך גרינג דערקענען
זאג איך דאך אז איך קום "נישט" (מלשון ורחץ) מיטן יואב ניק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:09 am
דורך רויטע וואנצעס
איך וועל ניצן מיין נאז צו דערשנאפן שמעקעדיג.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:13 am
דורך [NAMELESS]
איך האב א ערענסטע געדאנק.
לעצטעס יאהר האט די הנהלה ארויסגעשטעלט א ספעשל אוואטאר לכבוד די בערטדעי. מ'דארף מאכן א פארמעסט ביי יעדער וואס קען אביסעל גרעפיק'ס פאר א גוטע איידיע פאר די צווייטע בערטדעי