נקדישך טאנץ אין די וועלט, קווה אין שטיבל, ניבול אין פאליש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 5:56 pm
[justify]מיין אשכול "בית יוסף קושיא, און די שם של ארבע אותיות" האט געזאגט א ריכטיגע פוינט, וואס מען האט שוין אייגענטליך מערערע מאל אויסגעשמועסט דא אין שטיבל, אבער זוכנדיג א קרבן, א קארענט איווענט אויף וועמען אנצושמירן מיין טעאריע, האב איך גענומען פוט-סטעפס און ספעציפיש די דרשות דארטן. והנה, אנדערע האבן גע'טענה'ט - און מיט רעכט - אז אנלייגן אלע פראבלעמען פון כל העולם כולו וגיסי, אויף צוויי שלומים, איז אן עוולה און איז נישט לאגיש. דער אמת איז אז זיי זענען גערעכט, שלום אויסלענדער גייט נישט בויען קיין דעוואלאפמענטס צו לייזן די דירות קריזיס, שלום דין גייט נישט ווערן א שדכן איבערנאכט און מתקן די שידוכים קריזיס, פוט-סטעפס לא יושיענו ולא נאמר עוד טענות על מעשי ידינו, צו די דרויסנדיגע וועלט.
אבער איך בין יא גערעכט געווען מיט די גרעסערע נקודה, אויב איז מען יורד לגופו של ענין, און יעצט לאמיר עס אנדערש אנקוקן, לאמיר קוקן אויף אונזער אינטערנעט וועלטעלע, און דא ארויסברענגען די זעלבע נקודה. די פראבלעמען, די אפשר לעזונגען, און נאכאמאל מיין טענה וואס ברענט אין מיר:
גייט אריין אין ראדני, אדער אין שומר שבת, אדער אין סאטמאר מאנסי, אדער אין עזרת תורה שטיבלעך, צו אין איצקאוויטש, איז די פאליש א פלאץ ווי מען טאנצט נקדישך, אין קאווע שטיבל כאפט מען א אמן און א שטיקל לשון הרע'לע, און אין די אידישע וועלט, די גאס, רעדט מען אזוי האלב'וועגס מאחורי הפרגוד'דיג...
אבער אין די היימישע אינטערנעט וועלט איז קאפויער. אין "די אידישע וועלט" חזנ'יצט מען מיט צוגעמאכטע אויגן "וצדקתך" מיט די בילקעלע-הערינג ניגון, אין "קאווע שטיבל" שמועסט מען די מקוה-קאווע נייעס, מען רעדט זיך אפ אויף תחלואי הזמן, מען שמועסט דורך די ענינים העומדים על הפרק, אבער אין "פאליש" אך און וויי, פארנאגראפיע במלואו.. עס קען זיך דוכטן אז מען איז אין זופניק מקוה און אונז אלע האבן נחום ראזנבערג אויגן.
וואס מיין איך צוזאגן?
די דור אשר ידע את יוסף, שמועסט איבער פרענומאראנטן פון האלמינער רב'ס דפוס ראשון, אלטע אויפשריפטן פון בתי חיים און בראנזוויק, דער פערטער דאבשינער רבי'נס שוויגער'ס מעידן נעים, בנוסף צו די זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך אשכול, און סתם אזוי אן אשכול. זיי האבן נישט די שיעור חזון איש אויף די איימערצוויבל צו קוקן די מציאות אין פנים אריין, דיסקוסירן נושאים וואס קוועטשן זיי באמת, רעדן איבער תורה און אידישקייט ווי נארמאלע מענטשן, מען מעקט און מען פאטשקעט אויב איינער קומט אריין מיט א איידיע וואס איז נאנטער צום חזון איש ווי צו צימערמאן, און אזוי שטופט מען די צייט מיט מעיק בעליוו אז די אמת'ע נושאים וואס איז וויכטיג, אינטערסאנט, און וואס קוועטשט אויפן הארץ זענען פרענומעראנטן.
אבער וואס טוט די דור אשר לא ידע, ועשה עצמו כאילו לא ידע, די וואס האבן איבערגעלאזט די סוכה ווייל עס איז צו הייס? זענען זיי געגאנגען רעדן איבער די פראבלעמען? זענען זיי זיך מתייחס צו וואס גייט פאר מיט לאגיק, אחריות און ערנסטקייט? באנעמען זיי ביידע זייטן, די מעלות פון תמימות קעגן די חסרונות פון זיין א שאף געמיינדע? די מעלות פון זיך באשיצן די קאמעראדן קעגן די מגיפה פון פארדעקן מעלעסטערס? די מעלות פון "נישט וואשן די שמוץ וועש אינדרויסן" קעגן די חסרונות פון האלטן אלעס אונטערן קארפעט? די מעלות פון גלייבן אין צדיקים, קעגן די חסרונות פון בלייבן אומבאהאלפן אונטעדרוקט אונטער פוסעי על ראשי עם קודש? די מעלות פון זיך האלטן הייליג, קעגן די חסרונות פון סעקסולאישע אפרעסיע און א לעבן אן א לעפעלע האניג?
ניין, דארטן האבן זיי נישט קיין שאלות, דארטן איז נאר דא תשובות, און די תשובות זענען איין זאך: "פארנאגראפיע"! און טאקע יא מיט שיעורי חזון איש, און פון אלע סארטן, מינים, שלא במינה און במינה. אה, און שיעור פארגעסן, אויך עפעס אן ארטיקל פון א געוואלדיגע חכמה'לאג וואס ווייסט פונקטליך, ללא ספק, וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן.
הקיצור, די שטופן אריין די קאפ אין די פרענומאראנטן, און די אנדערע שטעקן אריין די קאפ אין פארנאגראפיע.
און דאס איז בקיצור מיין ענין!
איך האב נישט קיין טענות אויף די וואס לעבן אויף די פרענומאראנטן, זיי ווילן גלייבן אז דארטן שטעקן די תשובות, זיי ווילן לעבן אין דינייעל, זיי גלייבן אז די ווארט "מסורה" און "דעת תורה" איז געווען איינגעקריצט אין די לוחות, און אז די קוצו של יוד איז טאקע נאכנישט געפאלן, אקעי.
איך האב נישט טענות אויף די אין קאווע שטיבל וואס האבן קושיות, ספיקות, מסקנות, קלערענישן, וואנדערנישן, ווילן זעהן טוישן, זענען זיך מייאש פון טוישן, האבן מורא פון קריטיקירן, שטעלן זיך יא אמאל ארויס קריטיקירן, די אלע מענטשן גייען דורך אסאך מחשבות, די מענטשן האבן אסאך טענות אויף די פאמיליע צו ווי זיי באלאנגען, אבער, זיי באלאנגען דארטן, עס זענען זייערע אייגענע ברודער און זיי ווילן זיי נישט איבערלאזן, זיי קענען סייווי נישט חלומ'ען פוןן איבערלאזן, ווייל מען לאזט נישט איבער משפחה, מאכן שינויים אין א א חדש-אסור-מן-התורה-געמיינדע איז שווער, זיצט מען און מען קרעכצט, מען פרובירט אביסל צו רוקן די ליניעס, און אריינגעבן אביסל שכל הישר אין א שווער לעבן, מען שמועסט, זה בונה וזה סותר, דער טוישט אליין אביסל, דער טוישט נישט אבער חלומ'ט דערפון, און דער קומט אויף מיט לעזוונגען.
אבער וואס איז מיט די וואס האבן אלעס אפגעלאזט, די ווייב און קינדער האבן זיי געווארפן איבערן דראנג, די מאמע האבן זיי איבערגעלאזט מיט א נאסן פארוויינטן טאשנטיכל, זיי האבן זיך אנגעטון טייטע דזשינס הויזן, און ווען עס איז דא א געלעגנהייט שרייבן זיי, איך מיין נישט קיינעם, און איך טוה די עוולה פון דזשענערעלייזן, אבער איך רעד פון די ערשיינונג, איך שרייב א לשון רבים, זיי, די וואס האבן פראטעסטירט אין פארנט פון כינוס כלל ישראל, די וואס שרייבן אויף בלאגס מיט האס קעגן חרדיזם, די וואס ערשיינען אין טעלעוויזיע און ווי אימער צו באשמוצן פרומע אידן, וואס טוען זיי? זיי בויען א גערעכטע געמיינדע? זיי פרובירן צו זיין אן אלטערנאטיוו צו די געמיינדע? זיי אדרעסירן די פראבלעמען פון די געמיינדע? זיי האבן דאך נישט קיין פחד, זיי זענען דאך קלוגער און האבן מחליט געווען צו אנטלויפן, זענען זיי אזוי סעלפיש צו אנטלויפן בלויז צו קענען רייכערן חלבנה?
אז מען רעדט פון פארנאגראפיע, לאמיר טאקע נעמען פארנאגראפיע אלס א דוגמא. ביי די פרענומעראנטן קוקער איז נישטא אזא זאך, יעדער איינער איז מסודר מיט אשת נעוריו, קיינער ווייסט נישט פון קיין שלעכטס, און חטא הידוע מיינט ארויספיקן פונעם טלית ביים דוכנ'ען.
אבער וואס איז מיט פארנאגראפיע ביים אנדערן עק? זי איז די לעבן זעלבסט! קוק אן די חכמים וואס קאווע שטיבל איז צו פרום פאר זיי און זעה, זיי האבן איבערגעלאזט די ווייב און חתונה געהאט מיט פארנאגראפיע, אפגעלאזט זייער געמיינדע און געשריבן א בונד מיט הפקרות!
אבער וואס איז דער אמת? דער אמת איז אז לעבן איז א סטראגל צווישן גוטס און שלעכטס, צווישן געטריישאפט צו איין און איינציגע ליבע, און צווישן מענטשליכע דראנגען און אומבאהערשטע יצרים, דער אמת איז אז מענטשן מוטשען זיך, אז דאס לעבן איז נישט שווארץ אדער ווייס נאר גאר אסאך גרוי, אז מען דארף רעדן וועגן מאחורי הפרגוד, מענטשן טוען זאכן צופרינדצושטעלן דעם גוף, מיט אדער אן שולד געפילן, און עס איז דא א וועלט אויסער די אפיציעלע וועלט איבער וואס דער חתן רבי האט גערעדט, אבער מען דארף נישט א גאנצן טאג אראפנעמען די פייגן בלעטל וואס טיילט אונז אפ פונעם נחש און שווימען אין פארנאגראפיע.
אידן מיט אפענע אויגן און אויערן וואס האבן אינוועסטירט דא אזויפיל אין אונזער געמיינדע האבן שטארקע קשרים, מען האט ליב די געמיינדע, אהבתי את אשתי ואת בני ואת חברי לא אצא חפשי, און נאך אזא אהבתי קומט א געשריי "אבער געדענק, עבדי הם ולא עבדים לעבדים", מיר ווילן בעסער מאכן, מיר ווילן מאכן נארמאלע ערכים, וועליוס אויף וואס ארויפצוקוקן, מיר ווילן נישט א געמיינדע ווי קארופציע איז חוגג, א געמיינדע ווי מען מאכט פראטעסטן אין וואס קיינער גלייבט נישט, מען רעדט נישט דעם אמת, מען שפילט א דאבל לייף, מען שמייכלט זאגנדיג אז אונז האבן די בעסטע משפחה לעבן, אבער מען מוטשעט זיך מיט נערוון פראבלעמען און איבערגעשטרענגטע מאמעס, און די אלע זאכן וואס איך האב אויסגערעכנט אין די פאריגע פאוסט. בקיצור, מיר ווילן נישט א געמיינדע ווי צביעות פייערט און "מען שפייט בלוט און מען רעדט פון נחת".
אבער עס איז דא כאטש ווייטאג! עס איז דא א געפיל פון ברודערשאפט!
אט די אלע אידן וועלן נאך איין טאג זעהן א נחמה, א נארמאלע ערשיינונג פון א אידישקייט ווי קריטיק איז וועלקאם, ווי וויסנשאפט איז מכובד, ווי משא ומתן באמונה איז אזוי חשוב ווי שמירת עיניים און ווי בין אדם לחברו איז נישט ווייניגער ווי בין אדם למקום, ווי נארמאלע הרגשים איז נארמאל, און ווי מען רעדט עכט איבער אונזער לעבן און נישט איבער יארצייטן פון גדוילעם, ווי מען פראטעסטירט פאר קוואליטי אף לייף און נישט איבער ספק כבוד המת, יבוא יום, און דאס פארוואס מען קרענקט וועט קומען!
אבער די וואס אנטלויפן פון אחריות, שטויסן די סוכה ווייל עס איז הייס, שפייען אויף די קאשע וואס זיי האבן געגעסן, זענען פילפאכיג ערגער ווי די פרענומעראנטן קוקער, און יא, זיי זענען אפילו מער איגנאראנט!
די פרענומעראנטן קוקער גלייבן ווייל אזוי האבן זיי געלערנט, זיי האבן נישט קיין ספיקות, ווייל זיי גלייבן אז זיי טוען די ריכטיגע זאך, עס איז דא א שטארקע מקום עס ארויפצוקוקן און שטארקע יסודות אין יהדות וואס שטיצן דאס.
אבער ענק, אנטלאפענע, פארוואס גלייבט עטץ נישט? כ'מיין צוזאגן, פארוואס פייערט איר אייער אומגלויבן, פארוואס זענט איר אזוי זיכער מיט אייער אומגלויבן? פארוואס איז אייער אומגלויבן א רעליגיע, און יא, פארוואס שטויסט איר אין די סוכה?
די וואס האבן גענומען זייערע ספיקות, און זיי סטראגלען ארום ווייל זיי האבן געלערנט אסאך מדרשים און תנ"ך און האבן מחליט געווען אז די חרדישע רעליגיע פון תשע"ד איז נישט די ארגינעלע, און זיי זענען אפען צו וויסנשאפט, צו קולטור און פארשטייען וויאזוי צו מאנעוורירן מיט די אינפארמאציע און אריינגעבן היינטצייטיגע משמעות'ן אין אור אלטע טעקסט און אזוי ארום מאכן אונזער לעבן נארמאל און רייך, אשרי להם.
אבער די וואס האבן געשטויסן די סוכה, דיין השכלה קומט פון א יו-טוב קליפ, פון חכמה אדער פון תנ"ך? פון אהבת האמת, אדער פון אהבת פארנאגראפיע?
איר האט געשטויסן די סוכה ווייל עס איז דא עוולות, רבנים קריגן זיך, עסקנים טוען עוולות, מאלעסטעישאן, [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אפרעסן, דחקות, פרעשור, גוט, פרובירט צו טוישן! פרובירט צו זיין א קול פאר גערעכטיגקייט, לאזט אפילו איבער די סוכה ווייל עס איז צו הייס, אבער שטויסן? איר שטויסט אייערע ברודער, אייער עבר? אן געפיל, אן ברודערשאפט?
פרענומעראנטן קוקער ליינען סיי וועלכע מעשה פון סיי וועלכע גדול, און זאגן עס נאך ווי פאפוגיי'ס, על ראשי שכינת א-ל'ניקער פרובירן צו פארשטיין, און פארשטייען אז א גדול וואס האט נישט געקענט זיינע קינדער ווייל ער איז געווען ביזי לערנען, איז נישט קיין ממשיך פון די תורה וואס דרכיה דרכי נועם און די תורה וואס איז תורת חיים. זיי פארשטייען אז א גדול וואס האט א גאנצע טאג זיך געקריגט קען נישט זיין קיין ראול מאדעל אין א אידישקייט ווי אהרן איז א ראול מאדעל ווייל ער איז אוהב שלום ורודף שלום. אבער איר, סוכה שטויסער, ווען דו ליינסט וועגן א גדול און זיין אהבת התורה קוקסט אים אן ווי סתם א משוגענער? בראד פיט און אנגעלינגע גאלי איז אייך אינטערסאנטער ווי רבי חיים קנייבסקי און זיין רביצין?
מימיני מיכאל'ניקערס וועלן נאכזאגן סיי וועלכע מדרש, און זיך קאכן דערמיט, אן על ראשי שכינת א-ל'ניק וועט נישט האבן קיין פראבלעם צו מאכן א שטיקל לאגישע אנאליז און קוקן אין אקעדעמישע ביקורת התלמוד און זעהן וועלכע מדרש איז ווארשיינליך פאלקלאר, ווי דער רמב"ן שרייבט איבער מדרשים, מזלזל זיין אין א מדרש וועט מען קיינמאל נישט, ווייל א קלוגער גוי איז נישטאמאל מזלזל אין אלטע טעקסט וואס פארמאגט אזויפיל קולטור און היסטארישע ווערד אין זיך, כל שכן אז מיר גייען נישט מזלזל זיין אין זאכן וואס הונדערטער דורות אידן האבן מקדש געווען, מיר רעספעקטירן עס, אבער מען מעג אמאל נוצן די קאפ. אבער די סוכה שטויסער, א מדרש? ווייסן זיי בכלל וואס דאס איז? ווייסן זיי אז שעיקספיר איז א חשוב'ע זאך, אדער זענען זיי גלאט שווא עבוד אלקים'ניקערס און אכול ושתה כי מחר נמות'ער?
אלזא, סוכה שטויסער, איר זענט שוואכע נשמות, איר זענט נישט גרייט צו נעמען די פרעשור, איר זענט נישט אונזער אלטערנאטיוו, הערט אויף צו האקן אויף אונז, און שטעלן די פנים ווי איר זענט בעסער, איר זענט נישט!
או אויב איז דא איינער וואס איז יא, און ער האט ליב זיין באבע, זיין באבעס קולטור און זיין באבעס תורה, אבער ער וויל פארבעסערן, כל הכבוד, מיר ווילן אויך! נישט קיין חילוק צו איר גייט א ווייסע בעקישע אדער זשינס הויזן, אויב נוצט איר רחמנות, ליבשאפט און לאגיק, אחינו אתה![/justify]