בלאט 1 פון 1

נייער באבובער טעיפ שירי ציון

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:06 pm
דורך ראש הישיבה
איינער האט עפעס א ידיעה צו עס איז שיין פריזענטירט? אין שיינע בעלי מנגנים. איך רעד צו די ליב העבער פון פארצייטישע ניגונים. איך האב ליב די אלע אלטע ניגונים. ניגוני הקדושת ציון זענען על פי רוב זייער ווארעם. מען קען עס אויס לערנען די קינדער, און זינגען ביי די שבת'דיגע סעודות. שירי ציון האט געמאכט אמאהל שיינע טעיפס. סאם טיים'ס זיי פרובירן צו גיין ביליג. ווייסט איינער מעהר פרטים וועגן דעם טעיפ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 9:35 am
דורך יאכנע
ראש הישיבה האט געשריבן:איינער האט עפעס א ידיעה צו עס איז שיין פריזענטירט? אין שיינע בעלי מנגנים. איך רעד צו די ליב העבער פון פארצייטישע ניגונים. איך האב ליב די אלע אלטע ניגונים. ניגוני הקדושת ציון זענען על פי רוב זייער ווארעם. מען קען עס אויס לערנען די קינדער, און זינגען ביי די שבת'דיגע סעודות. שירי ציון האט געמאכט אמאהל שיינע טעיפס. סאם טיים'ס זיי פרובירן צו גיין ביליג. ווייסט איינער מעהר פרטים וועגן דעם טעיפ?

איך האב עס געקויפט, און איך קען זאגען אז באבוב האט געמאכט א amazing job אויף די סידי
א שאד אז עס קימט ארויס אזוי ווייניג, טראפענסווייז
:like

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:35 am
דורך בעל הבית
איז דאס א נייע טעיפ

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:23 pm
דורך יאכנע
בעל הבית האט געשריבן:איז דאס א נייע טעיפ

יא און ניין
אפאר חדשים צוריק ארויסגעקימען
אבער די וואס האבען ליב אלטע סטיל לידער, מיט די אמאליגע קאמפאזיצישע חכמה, גלייכט זייער די באבווער לידער
ווער עס הערט דאס אויס זעיט די הבדל פון אמאל און היינט, ווען אמאל איז א ניגון געווען א גאנצער געביידע, ממש א פשעטעל, אבער היינט די ניגונים, אפילו פון די ערליכע, זענען סתם א הויכער אטעם (ואידך) איידעל באטיטולט, בלי טעם ובלי ריח
איך ווארט נאך אז איין קאמפאזירער זאל קאמפאזען א ניגון מיט די אלטע סטיל
דאכט זיך אז דאס לעצטע מאל וואס איך האב געהערט א ניגון כגון דא אבער פון א היינטיגער איז געווען די ניגון "אדון הכל" פון יאסי גרין אויף די טעיפ פון אייזיק האניג "אדון הכל", דאס איז א שיינע שיינע יצירה
א גרויסע שאד אז מען טרעפט נישט היינט די איכות