בלאט 1 פון 2

די קליינע פרייטיגס זענען א קיללער!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:18 pm
דורך מעקע-ניק
קוים וואס מדראפעט זיך ארויס פון בעט מאכן שוין די גראסעריס כמעט צו און מ'דארף צושטעלן בשר ודגים לויפן צום מקוה און טשעטן מיט פרענדס אינמיטן וואס ווי ווען הערט זיך דער שופר של ראדני אז סשוין שבת. נישט געאטעמט נאך! מ'מוז אויפקומען מיט עפעס ס'ממש משוגע צו ווערן איך טו מלאכ'הס גוט ביז'ן ביין השמשות אריין. אפשר קען מען ערגעץ אוועקמופן ווי ווערט נישט אזוי שנעל שבת. איך מיין מיט שטארקע רעספעקט שבת איך גלייך דיר זייער אבער נישט אזוי פלוצלינג!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
האסט געהאט צייט צו עפענען א אשכול, איז זעהט אויס אז טאמער מרעכענט זיך אויס איז דא צייט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:26 pm
דורך מעקע-ניק
דאס איז נישט געווען אויפן חשבון פון גארנישט, געשריבן אויפן וועג אהיים פון מקוה

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:37 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דו מוזט זיך ארויסדראפענען פון בעט נישט פון פריער ווי 12 אז זאלסט האבן אזעלכע פראבלעמען....

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 4:04 pm
דורך שמעקעדיג
נאך ערגער פון אלעם איז די פיצי שבת נאכמיטאגס.
קוים געענדיגט דעם טשולענט און אריינגעפאלן א טויטער אין בעט, און מען וועקט שוין.. ווילסט נאך כאפן מנחה??

מען דארף מתקן זיין (שובבי"ם איז דאך א זמן תיקון) אז מען זאל דאווענען מנחה גלייך נאכן סעודה, און מאכן א מנין מעריב 4 שעה נאכן זמן. וישמעו רחוקים ויבואו וישמחו כי ישתוקו וכו'.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 6:33 pm
דורך קאווע טרינקער
 .... דער שופר של ראדני.....

:lol:

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 6:51 pm
דורך berlbalaguleh
מעקע: איך האב א מורא'דיגע גוטע אייצע. שטיי אויף פארטאגס, ווי ס'שטייט אין שו"ע. איך מיין נישט 5 אדער 6 אזייגער פארטאגס. נאר 10 -וו פארטאגס. דעם טשאלנט דארפסטו דאך נישט קאכן. חוץ אויב דו ביסט א בחור. אדער אן אלמן אדער א גרוש, ל"ע. :lol: :twisted: :roll:

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 7:10 pm
דורך יאיר
עס שטייט אין ספרים אז ווען משיח וועט קומען וועט מען מתקן זיין דער זמן זאל זיין יעדע וואך זעקס אזייגער, בלי שום יוצא מן הכלל. די מעלות פון אזא סיסטעם זענען צו לאנג אויסצורעכענען.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:17 pm
דורך העלא
מאך די ארדער דאנערשטאג,
10 אזייגער לייגט דיר שלאפן, שטיי אויף 4 אזייגער,
זיי דעמאלטס מעביר סדרה, שנייד נעגל, ברען אפ ליכט, דאווענען 7 אזייגער, אויף האלב אכט ביזטו רעדי פאר שבת,
ביי חצות גיי אין מקוה,
נאך האסטו 2-3 צו גיין ליידיג,
ביי די שקיעה גרייט טיש, און נאכדעם גיי דאווענען מנחה,
גענוג ברייט די צייט?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:40 pm
דורך שמעקעדיג
אדער שטיי אויף 2 אזייגער וועסטו האבן נאך מער צייט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:50 pm
דורך העלא
איך האב א מנהג פרייטאג אינדערפרי ווינטער 7:50 וין צו האלטן נאך:
יום תהלים
מקוה
מעביר סדרה,
שניידן נעגל
דאווענען,
אזוי אז אויזער די שלאף און די מקוה פרייטאג נאכמיטאג איז אלעס גרייט ב"ה,

אלע אנדערע צוגעהערן איז דא גענוג און נאך צייט, פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביזן שלאפן, און פון 7:50 ביז חצות, מ'לייגט גארנישט אוועק אויף נאך חצות,
כדי צו טוהן אלעס מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט,
מיר האבן עס עטליכע וואכן צוריק איינגעפירט,
נאך דעם וואס א געוויסע איד האט מיר געזאגט די סוד וויזוי ער מאכט אז "ערב פסח" און "ערב סוכות" זאלן זיין זיינע 2 רואיגסטע טעג אין יאר

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:52 pm
דורך מעקע-ניק
רוב וואס דו האסט אויסגערעכענט ערשיינט ניטאמאל אויף מיין ''צו-טון'' ליסט, נישט א חילוק ווען איך שטיי אויף.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:15 am
דורך מאראנצןזאפט
. ווען פינטל און מעקעניק פארפיגן א שמועס איבער א טעלער שטיגליץ פון ישמעאליס טעיקאוט ווער בין איך אריינצורעדן א ווארט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:48 am
דורך ירחמיאל הויטשינדער
דו מאכסט מיר הונגעריג ווער איז ישמעאל'ס טעיקאט?
רעדט מען דא מיט קאוט ווערטער?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:30 am
דורך איך אויך
יאיר האט געשריבן:עס שטייט אין ספרים אז ווען משיח וועט קומען וועט מען מתקן זיין דער זמן זאל זיין יעדע וואך זעקס אזייגער, בלי שום יוצא מן הכלל. די מעלות פון אזא סיסטעם זענען צו לאנג אויסצורעכענען.

וואו איך אגיטיר שוין יארן פאר אזא סאלושן. אפשר ביסטו מיר מגלה אין וועלכע ספרים דאס שטייט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:07 pm
דורך מעקע-ניק
אין פאלעסטינא איז זיכער דא א ישמעאלס טעיק אוט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:13 pm
דורך berlbalaguleh
מעקע-ניק האט געשריבן:אין פאלעסטינא איז זיכער דא א ישמעאלס טעיק אוט

איך מיין אין דאונטאון ברוקלין, אויף אטלאנטיק עוו. איז אויכעט דא. א "דזשערוסאלעם פיצא" סטאר איז זיכער יא דא. אבער ס'א פאלעסטינער "דזשערוסאלעם". ס'וואלט גוט געוועין פאר א פאר נטורי קרתא'ניקעס אדער פאר צימערמאן. :twisted: :roll: :P :evil:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:31 pm
דורך מעקע-ניק
גוט מארגן כ'בין אויפגעשטאנען, יעצט דארף איך שערן האר און נעגל דאווענען שחחרית גיין אין מקוה מעביר סדרה זיין שטעלן די ליכט אלעס אין 90 מינוט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:55 pm
דורך days
מעקע-ניק האט געשריבן:גוט מארגן כ'בין אויפגעשטאנען, יעצט דארף איך שערן האר און נעגל דאווענען שחחרית גיין אין מקוה מעביר סדרה זיין שטעלן די ליכט אלעס אין 90 מינוט.

איך פארשטיי שוין נישט וויזוי און לאנגע פרייטאגס האסטו יא צייט?...
היכא תמצא דאווענען שחרית נאך חצות און מקפיד צו מעביר סדרה זיין פאר לעכט צינדען...

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 8:53 pm
דורך petergrifin
@מעקע-ניק שוין דיין ישועה איז דא. די װאך קענסטו שוין אניאגן (אדער שלאפן נאך א שעה).

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:32 pm
דורך לאליפאפ
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך ערגער פון אלעם איז די פיצי שבת נאכמיטאגס.
קוים געענדיגט דעם טשולענט און אריינגעפאלן א טויטער אין בעט, און מען וועקט שוין.. ווילסט נאך כאפן מנחה??

מען דארף מתקן זיין (שובבי"ם איז דאך א זמן תיקון) אז מען זאל דאווענען מנחה גלייך נאכן סעודה, און מאכן א מנין מעריב 4 שעה נאכן זמן. וישמעו רחוקים ויבואו וישמחו כי ישתוקו וכו'.

ווער לאטעך נישט? דזשוין מיר יעדע וואך קיין שומר שבת נאכן טשולענט, און א צוויי שעה נאכן זמן נעם איך דיר מיטן קאר דאווענען מעריב.

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:22 am
דורך שמעקעדיג
איך וואוין די אנדערע עק פון שומר שבת. וואקן אהין און צוריק וועט מיר געדויערן ביז נאכן זמן מוצש"ק..

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:37 am
דורך ברסלבער
בין איך דער איינציגסטער? נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין דער פרייטאג איז, וועל איך אייביג אנקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן.