בלאט 1 פון 1
מאכלי שבת ליסט לפי סדר האותיות
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 7:49 pm
דורך sefish
זיצענדיג ביים שבת טיש ביידע סעודות זענען מיר דורכגעגאנגען אלע מאכלים וואס זענען דורך אויפן טיש אריין אין די מיילער און פון דארט ווייטער. מיר האבן געטראפן מאכלים פאר יעדן אות פון די כ"ב אותיות האט מיין בחור'ל געזאגט איך זאל עס אראפשרייבן למען ידעו דורותיכם כי בשבת הפרסתי. א שיינע ליסט צו נעמען ווען מ'גייט שאפינג לכ' שבת. יעדער קען צולייגן צום ליסט.
א' ~ אייער/אליוו-איילבירטן דיפ
ב' ~ בילקעלעך/באבאגנוש-דיפ/ביר
ג' ~ גרעיפ-דזשוס/גאלא
ד' ~ דילל-דיפ/דיפס בכללליות
ה' ~ האט-פעפער-דיפ
ו' ~ וויין/ווייהט-פיש
ז' ~ זופ/זויערע-פיקל
ח' ~ חלות/חריף
ט' ~ טשולענט/טאמעטא-דיפ/טשיק-פיעס
י' ~ יאפטשיק/ירושלים-קוגל
כ' ~ כריין
ל' ~ לאקשן/לעבער/לימא-בונדלעך
מ' ~ מעיל-קוגל/מייערן
נ' ~ נאשעריי
ס' ~ סעלמאן-פיש/סאדע
ע' ~ עגג-סאלאד/עגגפלענט-דיפ
פ' ~ פיש/פלייש/פערפעל/פאטעטא-קוגל/פצעי/פרוכט
צ' ~ צוויבל/צוויבל-קוגל/צימעס (אוי ווער קלאפט דארט ביים טיר? אה, זלמן זאפיר? נו רופעם אריין. ס'דא גענוג)
ק' ~ קניידעל/קוגלען/קאולסלא/קאמפאוט
ר' ~ רעטעך
יעצט בענטשט מען און מ'גייט צום רבי'נס טיש און מ'כאפט
ש' ~ שיריים
און מהערט אויס די
ת' ~ תורה
גוט טשאנבעס גוט טשאנבעס
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:34 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'זעהט בחוש אז אלץ איז מסיני.
חריין איז מיט ח' בד"וו.
לייג אויך צו ז'כר באנדלעך
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:35 pm
דורך sefish
כריין ספעלט מען גראדע יא מיט כ' נישט מיט א ח'. אז מ'רעדט פון ספעלט קען מען צולייגן ספעלט חלות
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיין אלף בינה האט נישט קיין ש' מיט א ת'.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:37 pm
דורך sefish
זכר בונדלעך האב איך געלייגט ביי ט' ~ טשיק פיעס
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:38 pm
דורך sefish
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיין אלף בינה האט נישט קיין ש' מיט א ת'.
מוז עס זיין א אלף בינה פון פאר בעל שם'ס צייטן... האנדעל דיר איין א נייע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:57 pm
דורך sefish
לייג צו הערינג ביי ה'
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:05 pm
דורך פרישער
וואס טיט זיך מיטן באוויסטען קיגל וואס גייט פאר נ נעפל קיגל, אי ניימער צוויבל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:08 pm
דורך Lexus
וואס איז מיט קושקע??
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:09 pm
דורך sefish
אה אימעדזשין די מאכלים אין פרידיש לויט די אותיות... ס'וואלט אויסגעקוקט אינגאנצן אנדערש נו אדרבה מאך א ליסט פרישער!
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:09 pm
דורך sefish
Lexus האט געשריבן:וואס איז מיט קושקע??
קושקע איז באמת מעיל קוגל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:40 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:15 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך ווייס נישט אלע מאכלים.
אבער דאס זע איך אז דו האט פארגעסן ש פאר שנאפס. יסט גווען אזוי עקסייטעד פאר דיינע שיריים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:23 pm
דורך sefish
כ'וואלט זיך נייצע געגעבן און עס געלייגן ביי ב' ברוינפן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:54 am
דורך איציק
נעה, במשך דעם לאנגן שבת, אריינגערעכנט די טועמי' און מוצ"ש, קען מען אלעס אניאגן. אבער מיט א מאס!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:18 pm
דורך petergrifin
איציק האט געשריבן:נעה, במשך דעם לאנגן שבת, אריינגערעכנט די טועמי' און מוצ"ש, קען מען אלעס אניאגן. אבער מיט א מאס!
איך ווייס אויך נישט ווי אזוי איך גיי קענען עסן אזויפיל איעדע שבת אבער ס'קומט שבת קודש
און דער נשמה יתירה קומט איז דא מער פלאץ צי אכלען . און וואס מער איך ביהעיוו דורך די
וואך די גרעסער מיין נשמה יתירה איז האב איך מער פלאץ צי אכלען.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:21 am
דורך [NAMELESS]
sefish האט געשריבן:א'-----
-----ת' ~ תורה
[center]והנה רשימה חדשה אשר עין לא שזפתה מעולם.
עם הוספות רבות ונכבדות מכת"י הראשונים, ע"פ דפו"ר ואמשטרדם וקושטא.[/center]א' ~ אייער/אליוו-איילבירטן דיפ/איגערקעס
ב' ~ בילקעלעך/באבאגנוש-דיפ/ביר/בארכעס/בעבלעך/בראנפן/בהמה פלייש
ג' ~ גרעיפ-דזשוס/גאלא/גריוון
ד' ~ דילל-דיפ/דיפס בכללליות
ה' ~ האט-פעפער-דיפ/הערינג
ו' ~ וויין/ווייהט-פיש/וואסער
ז' ~ זופ/זויערע-פיקל
ח' ~ חלות/חריף/חומוס/חצילים
ט' ~ טשולענט/טאמעטא-דיפ/טשיק-פיעס/טחינה/טערקישע סאלאט/טורקי/טונא [ביי של"ס]/טשאקלעד
י' ~ יאפטשיק/ירושלים-קוגל
כ' ~ כריין
ל' ~ לאקשן/לאקשן קוגל/לעבער/לימא-בונדלעך/לאקס [ביי של"ס]
מ' ~ מעיל-קוגל/מייערן/מייאנעז/מארך/מצה/מאנדלען
נ' ~ נאשעריי
ס' ~ סעלמאן-פיש/סאדע/סעלערי/סעלצער/סטעיק/סעיבל [ביי של"ס]/סקוואש
ע' ~ עגג-סאלאד/עגגפלענט-דיפ/עפל-פיי
פ' ~ פיש/פיש זאפט/פלייש/פערפעל/פאטעטא-קוגל/פצעי/פרוכט/פעטרישקע
צ' ~ צוויבל/צוויבל-קוגל/צימעס
ק' ~ קניידעל/קוגלען/קאולסלא/קאמפאוט/קרוטאנס/קארפ פיש/קושקע/קאלד-קאטס
ר' ~ רעטעך
יעצט בענטשט מען און מ'גייט צום רבי'נס טיש און מ'כאפט
ש' ~ שיריים
און מהערט אויס די
ת' ~ תורה
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 9:36 am
דורך ציבעלע-קיגל
מען קאן אויך צולייגען
ט' טאמס
פאר די
ה' הארט בורן