בלאט 1 פון 1
הערשט דא דיסקרימינאציע קעגן נייע ניקים?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:16 pm
דורך אויפגעקלערטער
איז דא א ניק שמוליק מיט בלויז 2 הודעות האט געעפענט א אשכול וועגן א
שווערע שווער און ס'איז גלייף פארשפארט געווארן וויבאלד ער האט נישט צופיל געזאגט. ליינענדיג דא שוין א שטיקל צייט האב איך באמערקט ענליכע אשכולים מיט נאך אפילו ווייניגער ווערטער און ס'איז געבליבן אפען בלויז ווייל יענע זענען שוין דא לענגער.
דא האט איר א מנשה ליסטיג
אשכול וואס אויב שמוליק'ס אשכול האט געדארפט פארשפארט ווערן וואלט דאס זיכער געדארפט.
ס'זייער נישט שיין וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו א נייע ניק ווען ער האט גאר געעפענט א אשכול גראדע זייער צום זאך.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:24 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך האלט אויך אז די אשכול איז געווארן פארמאכט אן קיין סיבה, איך האב גראדע געזעהן א פיינע עתיד פאר דעים אשכול,
אין וועגן אייערע ראיה, משם אין ראיה, די גבאים זעהן ווי די עולם צאפט מנשה די בלוט האבן זיי נישט געוואלט לייגן זאלץ אויפן וואנדן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:24 pm
דורך אויפגעקלערטער
דאס איז בלויז איינס וואס איך געדענק אויפן מאמענט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:28 pm
דורך אויפגעקלערטער
דארט אין יענעם לינק וואס בירגער פירט צו וויאזוי צו עפענען א אשכול שטייט אז בלויז קאפיע פעסטען אן צולייגן עפעס אייגענס איז נישט אקצעפטירבאר און מ'קען נישט אזוי עפענען א אשכול.
יעצט קוק דא
viewtopic.php?f=33&t=5338
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איך האלט אויך אז די אשכול איז געווארן פארמאכט אן קיין סיבה, איך האב גראדע געזעהן א פיינע עתיד פאר דעים אשכול,
אין וועגן אייערע ראיה, משם אין ראיה, די גבאים זעהן ווי די עולם צאפט מנשה די בלוט האבן זיי נישט געוואלט לייגן זאלץ אויפן וואנדן
די מנהלים ווייסן אויך ווער ס'האט אנגעהויבן דאס בלוט צאפעריי
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
איינס יענע אשכול איז גאנץ כמעשה'דיג א נושא, וואס איז געקומען דערויף תגובות און סאיז תוכנ'דיג.
שנית, מיין פעדער נאמען איז 'לוסטיג' נישט ליסטיג.
שלישית, האטס נישט מורא פאר מיין בלוט צאפן, ס'גייט מיר נישט אזוי בנפשי ווי ס'קען זיך מיינען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:31 pm
דורך אויפגעקלערטער
מנשה דו ווייסט פון בעפאר אז יענע אשכול שווערע שוער וואלט נישט געהאט תוכנדיגע תגובות?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:33 pm
דורך ברסלבער
איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. פארוואס קען מען זיך נישט ווענדן אין אישי צו בירגער און אים בעטן עס צוריק צו עפענען וכדומה, פארוואס דארף מען עפענען אן אשכול און אראפרייסן די הנהלה וועלכע לייגן אריין אזויפיל כוחות אהער צו שטעלן דעם געשמאקן פלאץ שלא ע"מ לקבל פרס.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:35 pm
דורך גבאי
עס איז אוודאי נישט דא קיין שום דיסקרימינאציע, די זעלבע כללים גילטן פאר יעדעם. אמאל מאכט זיך אז מ'פארזעט אז איינער האט געעפענט אן אשכול וואס קומט נישט נאך די פרינציפן, אבער מען האט עס באמערקט צו שפעט, שוין נאכדעם וואס אנדערע האבן שוין רעאגירט לענגערע הודעות. איז שוין נישט קיין יושר צו פארשפארן.