בלאט 1 פון 2

איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:54 pm
דורך kliger
איך האב אפאר מאל שוין געהערט אז עס איז נאך היינט אזא זאך
איינער ווייסט מער?

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:13 pm
דורך שרגא
אין ארץ ישראל איז עס א גאנגבארער ערשיינונג. (מען זאגט אויך אז צה"לניקעס טוען עס מיט זייערע געפאלענע סאלדאטן.)
צי עס ארבעט? היינט זיכער נישט. אמאל? וועל איך לאזן אנדערע זאגן מיינונגען.

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:26 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שרגא האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז עס א גאנגבארער ערשיינונג. (מען זאגט אויך אז צה"לניקעס טוען עס מיט זייערע געפאלענע סאלדאטן.)
צי עס ארבעט? היינט זיכער נישט. אמאל? וועל איך לאזן אנדערע זאגן מיינונגען.


געהערט האב איך פון מענטשן אז זיי האבן עס בייגעוואוינט. איך אבער האב נישט. ווייס איך נישט.

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:38 pm
דורך kliger
איך האב אויך געהערט אז מען קען נאך זעהן היינט
הרב אמנון יצחק זאגט דאס כסדר
וויאזוי קען מען לייקענען השראת הנפש אויב מען קען דאס קלאר זעהן

אזוי אויך די אנדערע חכמות אפילו ביי די גוים וואס מען זעהט קלאר העכערקייט למשל צו זאגן עתידות,וויאזוי קען מען לייקענען אין העכערקייט

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:42 pm
דורך יואליש
kliger האט געשריבן:איך האב אפאר מאל שוין געהערט אז עס איז נאך היינט אזא זאך
איינער ווייסט מער?


זייער א גיטע פראגע. כ'וויל שוין לאנג וויסן מער איבער דעם. ס'איז זייער א גאנגבארע טאלקינג פאונט ביי די קירוב ארגאנאזאציעס אין ישראל, ממילא בין איך היבש סקעפטיש, אין צוגאב צו די סעקעפטעציזים וואס יעדע רעכטדענקיגע מענטש וואלט געדארפט האבן, און אזוי ווי דער רמב"ם זאגט טאקע אויף דעם און און אויף כישוף אז ס'איז אן אחיזת עינים: ס'האט קיינמאל עקזעסטירט!

אין די קירוב קרייזן רעדט מען אסך פון éance, וואס איז לכאורה דעם אוב דערמאנט אין די תורה. אויך אויך דעם זאגט דער רמב"ם אז ס'איז נאר "כאילו" מ'איז זיך מדבק מיט א פארשטארבענעם.

כ'וואלט זייער געוואלט הערן פון חברים דא וואס האבן דאס חוקר געווען אדער געהאט עקספעריענס דערמיט, הגם עקספעריענס איז נישט צופיל שוקל ווייל ס'איז דעזיינט צו פארטושן מענטשן.

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:58 pm
דורך kliger
דו רעדסט פון ilusion
וואס איז אגב אויך מוראדיג אינטרעסאנט
איך בין שוין אפאר מאל אראפגעפאלן ווען איך האב געזעהן אויף america's got talent

למשל http://www.youtube.com/watch?v=dw_gaRaXuYY

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:59 pm
דורך שרגא
געהערט האב איך פון מענטשן אז זיי האבן עס בייגעוואוינט.

אמת, איך האב שוין אויך געהערט, פונדעסטוועגן נעם איך עס נישט אן (און איך האב דאך נאך אלעם דעם רמב"ם צו מיין זייט, אפילו כ'בין מודה אז ער איז כמעט א יחיד אין זיין שיטה). פונקט ווי איך האב שוין אויך געהערט פערזענליך פון אזויפיל אנדערע אזויגערופענע "חכמות" און איבערנאטירליכע "צויבערנישן". אויב פארשטייט מען אביסל די נאטור פונעם מענטש און זיין מוח'ל, לאזט זיך גרינג משלב זיין די אנגעבליכע געשיכטעס וואס יענע האבן "געזען/געהערט/געשפירט" מיט'ן מציאות.

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:00 pm
דורך יואליש
אוב - רמב"ם משנה תורה הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים ו א

"כיצד הוא מעשה האוב זה שהוא עומד ומקטיר קטרת ידועה ואוחז שרביט של הדס בידו ומניפו והוא מדבר בלאט בדברים ידועים אצלם עד שישמע השואל כאלו אחד מדבר עמו ומשיבו על מה שהוא שואל בדברים מתחת הארץ בקול נמוך עד מאד וכאלו אינו ניכר לאוזן אלא במחשבה מרגיש בו וכן הלוקח גולגולת המת ומקטיר לה ומנחש בה עד שישמע כאילו קול יוצא מתחת שחיו שפל עד מאד ומשיבו כל אלו מעשה אוב"

עונן (אסטראלאגיע = הארסקאופ) - רמב"ם משנה תורה הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים יא ט

"אסור לעונן אע"פ שלא עשה מעשה אלא הודיע אותן הכזבים שהכסילים מדמין שהן דברי אמת ודברי חכמים וכל העושה מפני האצטגנינות וכיון מלאכתו או הליכתו באותו העת שקבעו הוברי שמים הרי זה לוקה שנאמר לא תעוננו וכן האוחז את העינים ומדמה בפני הרואים שעושה מעשה תמהון והוא לא עשה הרי זה בכלל מעונן ולוקה."

בכלליות - רמב"ם משנה תורה הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים יא טז

"ודברים האלו כולן דברי שקר וכזב הן והם שהטעו בהן עובדי כוכבים הקדמונים לגויי הארצות כדי שינהגו אחריהן ואין ראוי לישראל שהם חכמים מחוכמים להמשך בהבלים אלו ולא להעלות על לב שיש תועלת בהן שנאמר כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל ונאמר כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם אל מעוננים ואל קוסמים ישמעו ואתה לא כן וגו' כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה אבל התורה אסרתן אינן אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלימה אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת ידעו בראיות ברורות שכל אלו הדברים שאסרה תורה אינם דברי חכמה אלא תהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת ונטשו כל דרכי האמת בגללן ומפני זה אמרה תורה כשהזהירה על כל אלו ההבלים תמים תהיה עם ה' אלהיך."

http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A8%D7 ... 7%99%D7%90

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:10 pm
דורך יואליש
kliger האט געשריבן:איך האב אויך געהערט אז מען קען נאך זעהן היינט
הרב אמנון יצחק זאגט דאס כסדר
וויאזוי קען מען לייקענען השראת הנפש אויב מען קען דאס קלאר זעהן

אזוי אויך די אנדערע חכמות אפילו ביי די גוים וואס מען זעהט קלאר העכערקייט למשל צו זאגן עתידות,וויאזוי קען מען לייקענען אין העכערקייט


ווי זעהט מען עתידות געזאגעריי?

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:12 pm
דורך kliger
למשל גרויסע סייקיק'ס
אויך די וואס זאגן פריוואטע זאכן פאר א מענטש

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:15 pm
דורך יואליש
kliger האט געשריבן:למשל גרויסע סייקיק'ס
אויך די וואס זאגן פריוואטע זאכן פאר א מענטש


דו האסט געזעהן איינעם זאגן עתידות, אדער האסט געהערט אדווערטייזט אויף די ראדיאו? ווייל איך האב געזעהן אן אדווערטייזמענט אין די 'מעלות' פון מענטשן וואס קענען מיט אומנאטירליכע כוחות היילן עצירות און נעצען און דעפרעסיע. מיינט דאס אז זיי קענען, אדער ס'מיינט אז זיי זענען גרייט צו טשארדזשן קרעדיט קארד פון מענטשן וואס זענען נאיוו און דעספערעט.

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:27 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יאנקל האט געשריבן:אויף די אלע זאכן האט שוין דזשעימס רענדי קלאר געמאכט אז ער וועט באלוינט מיט א מיליאן דאלאר דעם וואס קען וויסנשאפטליך איבערווייזן אז אזעלכע אומנאטירליכע ערשיינונגען עקזיסטירן. זינט ער האט געמאלדן דעם פרייז אין 1996 האט נאך קיינער נישט באוויזן אזוינס איבערצואווייזן.


אין דעם צווייטן לינק וואס דו האסט געשטעלט ווערט ציטירט פון דיען ראדין אז אן עקספערימענט וואס זאל נאכקומען רענדי'ס קריטעריע וועט אפקאסטן סך מער ווי א מיליאן דאלאר. מצד השני טענה'ט ער אז ער האט דורכגעפירט א צאל עקספערימענטן וואס לאזן נישט איבער קיין ספק אז איבערנאטירליכע פענאמענס עקזיסטירן.

דער אמת איז אז די "סייקיק" זאכן זענען גענוג פארשפרייט און די וואס טוען דערין מאכן גענוג געלט, אז כ'ווייס נישט צי זיי האבן בכלל גענוג אינסענטיוו זיך צו שטעלן צום פארהער :האה?

מענטשן וואס זענען אויף אן אמת פארקאכט אין דער נושא פון ספיריטואליזם (אלץ פענאמען, נישט רעליגיע) טענה'ן אז די סוגיא הייבט זיך אן דארט וואו סייענס ענדיגט זיך. דאס, לפי זיי, איז א שטח וואוהין די סייענטיפישע מעטאדן האבן נישט קיין צוטריט.

דער איינציגער וועג צו אפפרעגן אדער באשטעטיגן איז אז יעדער זאל עס פרואווען פאר זיך אליין...

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:38 pm
דורך יואליש
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:אין דעם צווייטן לינק וואס דו האסט געשטעלט ווערט ציטירט פון דיען ראדין אז אן עקספערימענט וואס זאל נאכקומען רענדי'ס קריטעריע וועט אפקאסטן סך מער ווי א מיליאן דאלאר. מצד השני טענה'ט ער אז ער האט דורכגעפירט א צאל עקספערימענטן וואס לאזן נישט איבער קיין ספק אז איבערנאטירליכע פענאמענס עקזיסטירן.


דאס ער האט זיך געלאזט קאסטן מערערע מאל "מער ווי א מיליאן דאלאר"? פארוואס האט ער נישט דערלאנגט צוטריט צו רענדי? אדער זענען זיינע עקספערימענטן ספק'לאז לויט "זיין" קריטעריע, אבער נאך אלס נישט לויט רענדי'ס?

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:39 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שרגא האט געשריבן:אויב פארשטייט מען אביסל די נאטור פונעם מענטש און זיין מוח'ל, לאזט זיך גרינג משלב זיין די אנגעבליכע געשיכטעס וואס יענע האבן "געזען/געהערט/געשפירט" מיט'ן מציאות.


דארף מען צוערשט טאן צוויי זאכן: דעפינירן מציאות און פארשטיין דעם מוח. (וואס, דו ווילסט באמת אפפרעגן אלעס וואס די NEW AGE באוועגונג פארקויפט? :אומגלויבליך: )

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:43 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יואליש האט געשריבן:דאס ער האט זיך געלאזט קאסטן מערערע מאל "מער ווי א מיליאן דאלאר"?


ניין. ער זאגט אז דער עקספערימענט וואס רענדי וויל אהערשטעלן וואלט אזויפיל געקאסט.



יואליש האט געשריבן:פארוואס האט ער נישט דערלאנגט צוטריט צו רענדי? אדער זענען זיינע עקספערימענטן ספק'לאז לויט "זיין" קריטעריע, אבער נאך אלס נישט לויט רענדי'ס?


ער זאגט אז ער גיט יא. ער האט פארעפנטליכט זיינע עקספערימענטן מיט אלע פרטים. ער לייגט אויס זיין מעטאלאגיע און לאגיק. ער לייגט אויס וואס וואלט געווען דערווארטעט פון "צופאל" און וואס פון "סדר". ער פירט אויס מיט א חשבון וואס זאגט אז די "אדדס" אז ער איז אומגערעכט זענען די זעלבע וואס געניצט ביים באשטעטיגן אדער אפפרעגן גאנגבארע סייענטיפישע טעאריעס.

איך אבער פארשטיי נישט דעם גרעסערן חלק דערפון. במילא, איז עיקר חסר מן התירוץ :oops:

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:44 pm
דורך יואליש
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אויב פארשטייט מען אביסל די נאטור פונעם מענטש און זיין מוח'ל, לאזט זיך גרינג משלב זיין די אנגעבליכע געשיכטעס וואס יענע האבן "געזען/געהערט/געשפירט" מיט'ן מציאות.


דארף מען צוערשט טאן צוויי זאכן: דעפינירן מציאות און פארשטיין דעם מוח. (וואס, דו ווילסט באמת אפפרעגן אלעס וואס די NEW AGE באוועגונג פארקויפט? :אומגלויבליך: )


לכאורה מיינט שרגא פשוט'ער איז נאך אין די לאגישער ראלם עקזעסטירטע באקאנטע נייגונגען צו לאגישע פאלאסיס, וואס לאזט געניג פלאץ פאר אילוזיעס, און דער מענטש קען נאכאלס זאגן כ'האב עס "אליין" בייגעוואוינט. ס'איז באקאנט די לעגענדע אויף ר' יונתן אייבשיץ ווי ער האט איינגערעדט די פארזאמעלטע אז ער זעהט עפעס הויעך אין די לופט... וכו'

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:47 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יואליש האט געשריבן:ס'איז באקאנט די לעגענדע אויף ר' יונתן אייבשיץ ווי ער האט איינגערעדט די פארזאמעלטע אז ער זעהט עפעס הויעך אין די לופט... וכו'


אז מען דארף דעם גנב, נעמט מען אים אראפ פון דער תלי' :wink:

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:56 pm
דורך יואליש
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:ס'איז באקאנט די לעגענדע אויף ר' יונתן אייבשיץ ווי ער האט איינגערעדט די פארזאמעלטע אז ער זעהט עפעס הויעך אין די לופט... וכו'


אז מען דארף דעם גנב, נעמט מען אים אראפ פון דער תלי' :wink:


נישט געוויסט ר' יונתן איז געווען א גנב אדער אז די עמדין חסידים האבן אים געהאנגן. :D

די פאונט איז אז איך האב שוין געזעהן זיך איינרעדן אז זיי זעהן זאכן וואס נאר ווער ס'האט זייער שטארק געוואלט זעהן (צו פאר פיר פרעשור אדער אנדערע אינסענטיווס) האבן געזעהן. אבער אוועקצוגיין פון לעגענדעס און אנעקדאטס, די ליסט פון קאגנעטיוו בייעסיס איז לאנג.

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:02 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יואליש האט געשריבן:די פאונט איז אז איך האב שוין געזעהן זיך איינרעדן אז זיי זעהן זאכן וואס נאר ווער ס'האט זייער שטארק געוואלט זעהן (צו פאר פיר פרעשור אדער אנדערע אינסענטיווס) האבן געזעהן. אבער אוועקצוגיין פון לעגענדעס און אנעקדאטס, די ליסט פון קאגנעטיוו בייעסיס איז לאנג.


אמת. ס'איז אמת אויף ביידע צדדים. איך קען זיך פארשטעלן אז אויב זאל עמיצער יא נאכקומען רענדי'ס קריטעריע, אז ער זאל נישט אויפגעבן אזוי שנעל. ער וועט מסתמא פרואווען אויפקומען מיט וואס ער קען -- נישט דווקא צוצוקומען צום אמת (וואס דער "אמת" זאל נאר נישט זיין), נאר צו מחזק זיין אין וואס ער גלייבט -- אדער גלייבט נישט -- יעצט. איך גלייב אז ער וועט אויפקומען מיט יש-להקשות-בדוחק פירכות פון זעלבן סוג ווי ראדינ'ס יש ליישב בדוחק.

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:56 pm
דורך לעמיל
איז עס אויסגעהאלטען הלכדיג???

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:00 pm
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:איז עס אויסגעהאלטען הלכדיג???

קלאר אז נישט. עס איז דאך א בפירוש'ע פסוק אין די תורה. די שאלה איז נא צו עס איז יש דברים בגו נאר ס'איז אסור (רוב ראשונים) אדער עס איז הוילע שטותים און טאקע וועגן דעם איז עס אסור (רמב"ם ודעימיה).

יואליש, האסט פארגעסן פונעם רמב"ם אין פירוש המשניות ע"ז?

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:02 pm
דורך לעמיל
אויב מעיג מען נישט וועים אינטערסירט עס בכלל???

Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:06 pm
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:אויב מעיג מען נישט וועים אינטערסירט עס בכלל???

  • די וואס ווילן אויפווייזן אז עס זענען פארהאן איבערנאטירליכע כוחות אין די וועלט (א שטייגער ווי די וואס זענען עוסק אין קירוב רחוקים).
  • גויים, וואס זיי מעגן
  • אידן וואס פאלן דורך (א שטייגער דער אינגערמאן מיט די לאטערי מכשפה)
  • מענטשן וועלכע האבן ליב אינפארמאציע און ידיעות (א שטייגער ווי חבר שטיבלינו מוהר"ר ידען)