א פערד'ישע גאונות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

א פערד'ישע גאונות!

שליחה דורך משה געציל »

"ואני און איך יעקב" זאגטס שיין נאך אלע קינדער... ואני און איך יעעעעעקב....
"כאטש און בין דיך מטריח מיט מיין קבורה"... משה'לע, פארוואס שלאפסטו? עעעםםםם ווייטער...
"אבער צו דיין מאמע רחל".... חיימ'ל, הער אויף שמועסן!
"האב איך נישט אזוי געטוהן"... יצחק, זעץ דיך אראפ אויפן פלאץ!

עטס ווייסט וואס קינדער? אזויווי עטס זענטס נישט און די כלים היינט, וועל איך פארציילן א מעשה, אבער עס מוז זיין אינגאנצען שטיל!

אין שטעטל ג. טוט זיך אויף טיש און אויף בענק! א קלייניקייט?! ביי זרח דער בעל העגלה אין שטאל איז געבוירן געווארן א פריש פערדל! און אז ביי ר' זרח איז דא א שמחה האלט דאך די גאנצע שטאט מיט, ר' זרח איז דאך באליבט ביי אלע איינוואוינערס, מיט זיין ערליכקייט און גוט הארץ.

ב"ה דער פריש געבוירענער האט זיך ארויסגעשטעלט נישט צו זיין קיין פוילער, ער האט אריינגעארבעט יום וליל, שלעפענדיג פאסאנדזשירן פון איין שטעטל צום צווייטן בנאמנות.
ויהי היום, גראדע איז עס געווען א אנגענעמער טאג, חתן דינן לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה כדרכו, ווען אינטמיטן וועג האט אנגעפאנגען בוזשעווען שרעקליכע ווינטן און א גאס האט זיך אראפגעלאזט מיטן גאנצן שטארקייט. אזויווי די געסער זענען נישט געווען אויסגעפלאסטערט ווי היינט האט דאס צוגעברענגט אז די וועגן זאלן ווערן בלאטעדיג, און נישט מער און נישט ווייניגער, אונזער באליבט פערדל האט אנגעפאנגען זינקן אין די בלאטע.
ר' זרח אינגאנצען א פארצווייפלטער, לויפט אראפ פונעם וואגן און מיט אלע כוחות פראבירט ער ארויסצושלעפן דעם פערד, אבער ליידער אן ערפאלג, ווי מער ער שלעפט אלטס טיפער זינקט דאס פערדל.

מה עשה הקב"ה, פונקט איז אדורך א קאלעגע בעל עגלה וואס האט געקענט דעם פאך. ער האט א כאפ געטאן די לייצעס אין די האנט, און נאך א לאנגע שעה ארבייטענדיג איבערמידלך מיט זרח'ן איז אים געלונגען ארויסצושלעפן דעם געזינקענעם פערד.
זרח איז פארשטייט זיך געווען אינם זיבעטן הימל, אבער קיין צייט צו פראווענען די שמחה האט ער נישט געהאט ווייל ער האט זיך געוואלט ארויסדערזען פונעם פלאנטער האט ער א כאפ געטאן דאס פערדל און מיטן נשמה אינעם האנט זיך אהיים געיאגט.

אנקומענדיג אהיים האט ער צו זיין שאק באמערקט אז דאס פערדל אוז טאקע ארויס פונעם סאמעטאכע א לעבעדיגער, אבער ער איז אינגאנצען צו מזיק'ט. די ריקן פארקרומט, די פיס צובראכן, די נאז צוביילט... א קיצור ער לעבט טאקע אבער יענץ מין געלעבעריי...
א אשת חיל מיט די קאפ אויפן פלייצע (נא, אוודאי! וואו דען אויב נישט אויפן פלייצע...) האט ער יא געהאט. זעענדיג די בראך וואס האט דא פאסירט איז זי אויפגעקומען מיט א מורא'דיגע המצאה. הערט און שטוינט; מען זאל איינהאנדלן א צווייטע פערד א געזונטע און שטארקע, און די צוויי איינשפאנען אינאיינעם זיי זאלן צוזאמען שלעפן, ארבעטן, עסן און שלאפן. אזוי ארום וועט דער פערד דנן נישט האבן קיין ניינצן ברירות פאר זיך און וועט מיזן ארבעטן מיט אלע כוחות כמאז ומקדם און אטאמאטיש וועלן אלע וואונדען זיך פארהיילן.

אומר ושותה, ר' זרח לאזט זיך גלייך ארויס צום דערנעבענדיגן שטאט, ער נעמט מיט זיך דאס ביסל אפגעשפארטע געלט, און ווי משה'לע גלביר פאנגט ער אן האנדלן מיט די סוחרים. צו מאכן א קורצע מעשה נאך קערצער, זרח האט נאך אפאר שעה האנדלן איינגעהאנדלט א פערד אזאנס און אזעלעכעס! א פערד פון וועם פראנץ יאזעפ'ס פערד וואלטן זיך געקענט פארשטעקן!
די וועג צוריק איז שוין געפארן ווי געשמירט פארשטייט זיך. אנקומענדיג אהיים האט ער גלייך געטוהן צום זאך א כאפ געטאן די צוויי פערד, צוזאמגעבינדן, אריינגעלייגט אין איין שטאל, און יאלא! א מחיה! תהלים כולל פעלט אפילו נישט אויס פאר קיין בעקאפ!

אנפאנג האט טאקע די עצה אויסגעזען צו זיין א געלונגענער דער צומזיק'טר פערד האט קיין סאך ברירות מיט זיין נייע קאלעגע נישט געהאט, און מיטגעארבייט טראץ זיין שוואכן געזונט צושטאנד. די טאקטיק האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן בעסער ווי אלע ערווארטונגן ווען נאך א בלויז א קורצע צייט אפשניט פון צען חדשים האבן זיי פראדאצירט א פריש פערדל, זעט אויס אז דער בונד זייערער איז געווען א אמת'דיגער און טיפער.

אזוי איז אדורך געלאפן א גאנץ קיילעכדיגן יאר, ווען אזוי איין טאג ארויס פון דער בלוי האט דער האלב צו'מזיק'טער פערדל פון איין טאג אויפן צווייטן מחליט געווען אז דאס איז! גענוג מיט די אלע בלאפעריין! פון היינט און ווייטער זאל דער געזונטער פערד זיך צושטעלן צו איר! ער ארבעט שוין מער נישט!

זרח האט געהאפט אז דער דערוכגאנג איז נאר א צייטווייליגער, אבער ווי א טאג איז פאראיבער אלטס ערגער איז די מצב געווארן, עס האט אנגעהויבן גיין קלעפ אויף א טעגליכן פארנעם פירענדיג דערצו אז דער געזונט פערדל זאל אויך אויסקוקען ווי א ריכטיגע פאר מיטן צו'מזיק'טן... אויב עס איז נישט גענוג געווען, האט דער קינד זייערס אויך אנגעפאנגען כאפן מכות פון די אנגעצויגענע עלטערן, אזוי ווייט אז דאס פערדל איז אינגאנצען ארויס פון קאנטראל און אנגעפאנגען שטויסן ווער עס איז נאר געקומען אין זיין קעגנווארט. והעיר ג. צהלה ושמחה מיטן ניגון פון איכה....




[center]******************************************************************[/center]




און שטעטל ד. וואוינט דער אלעמען באקאנטן אין באליבטן משפחת זעגלאוויטש, משפחת זעגלאוויטש ציט שוין מיט שטאלץ די יחוס למעלה בקודש ביזן ערשטן זעגלאוויטשער רבי (באקאנט אלטס דער שרף פון זעגלאוויטש -דרך אגב, די יארצייט געפאלט קומענדיגן פרייטאג.)

משפחת זעגלאוויטש איז א קינדער געבענטשטע פארמיליע מיטן בנים ובנות הולכין בדרכי האבות ואמהות, אויף אלע דערקענט זיך דאס אויסערארדענליכקייט און מען זעט אויף זיי אז זיי ציען די יחוס פון גרויסע שטיינער. שידוכים גייט אויך ווי געשמירט, מען צוכאפט די קינדער ביי די אכצן מיט צוויי חדשים, ממש ווי פארגעשריבן!

אבער ווי דער כלל לויטעט; "אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם", משפחת זעגלאוויטש איז זעט אויס אויך נישט געווען עקזעמפט פון די אויבנדערמאנטע כלל (הגם דער טאטע האט אפאר קאנגעריגעישענס אין באזיס). און ליידער האט דער עלעפטער באליבטער בן זכר'ל יצחק אנגעפנגען לויז צו ווערן פון די אפגעהיטענע דרכים וואס די משפחה איז אזוי מדקדק. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט א פשוטע קעמל אין טאש, און עס איז ליידער געגאנגען אזוי ווייט אז ער האט אנגעפאנעגן מאכן די לאקן מיט דיפערי דאו ר"ל.

דערזענדיג זיך אין א דילעמע האט ר' פייוול, יצחק'נס טאטע, זיך איין נאכט אויסגעשמוסט מיטן רעביצין און אויסגעוויינט זיין ביטער הארץ, וואס טוט מען דא? דער יצחק פארשעמט דאך אונזער גאנצער יחוס, ווער ווייסט צו די עלטערן אין קבר קענען שלאפן פון גרויס צער?
פרוי זעלגאוויטש, א געלונגענע אשת חיל איז אויפגעקומען מיט א גאונ'ישן איינפאל. נעמליך, וואס דארף מען ווארטן ביז עס שטינקט שוין אין די גאנצע גאס. מען קען דאך אים יעצט נאך נעמען באשר הוא שם, טרעפן א זיוג אזאנס און אזאלעכס און חתונה מאכן איינס צוויי דריי. איי, ער איז נישט גרייט פאר דעם, ער וועט חתונה האבן מיט א מיידל וואס ציט אינגאנצען פארקערט וועט זי אים אויסגראדן און צוריקשטעלן אויף די רעלסן. און אז דער באשעפער וועט העלפן ער וועט האבו א קינד נאך ניין חדשים אין דריי שעה וועט דאך אוודאי אלע פראבלעמן פארשוואונדען ווערן כהרף עין!

ר' פייוול הערענדיג די קלוגע דיבורים פון די אשת חיל זיינע זוימט זיך נישט און תומ"י רופט ער אן די שדכן ר' זעליג און ער איז אים מודיע אז ער זוכט שוין א שידוך פאר זיין יצחק. דער שדכן פאנגט אן שטאמלן... ממממ... ממממ... זאגט מיר ר' פייוול; איך האף איר פארשטייט אז אייער יצחק דארף נישט דער זעלבער שניט שידוך ווי אייער אנדערע קינדער... נא, אוודאי נישט! ער דארף נאך אסאך מער! ער דארף אזאנס וואס ווייסט דאס חשיבות פון א אינגערמאן א זעלגאוויטשער אייניקל! אזאנס וואס וועט וויסן צו שעצן די משפחה ווירדן און פארלאנגן פון איר מאן אז ער זאל זיך האלטן צו זיינע סטאנדארטן! זארגט אייך נישט ר' זעליג, דער אנדערע צד באקומט א אויסגעצאלטע חתונה פון א' ביז ת'! (מי שענה בטיי הראשונים הוא יענה בטיי האחרונים).

שוין, ר' זעליג פוילט זיך נישט, ביז אפאר טאג קומט ער צוריק מיט א שידוך איינס און דער וועלט. יחוס ציען זיי טאקע נישט ביז למעלה בקודש, אבער דאס מדברת... ממש איינס אין דער וועלט... ווען זי גייט דורך צווישן צוויי מענער כאפט זי זיך אן די צעפ און זאגט בשכמל"ו!
ארויף אראפ, דריי טעג שפעטער דערזעט מען זיך טרינקן לחיים מען זינגט שוין סימן טוב ומזל טוב אויף א גלעזעלע שליבעוויץ, מען באשטומט א זמן אויף פיר חדשים, און ב"ה דער פראבלעם איז געסאלווד. 'עזר לבחורים' קען אריבערפירן זייער באזע צו א צווייטער געגענט, דא אין שטאט איז שוין דא א פיל בעסערע און אפעקטירבארע לעעזונג.

ב"ה, יצחק האט חתונה געהאט. די קלוגע מרת זעלגאוויטש וואס שעמט מיט איר חכמת נשים בנתה בית, האט צוגעטראפן פיל בעסער ווי מען האט געמיינט דער יצחק שטעלט זיך צו אזוי כמו שכתוב, דער הייליגער זעלגאוויטשער שעפט אוודאי פיל נחת! דער שפיץ פונעם שמחה איז געווען ווען יצחק איז נפקד געווארן מיט א בן זכר! יעצט איז אוודאי נישט דא קיין וועג ארויס.

אוי אוי אוי... א יאר איז פארביי, יצחק איז שוין מיד פון שפילן אזא פאלשן לעבן, איין שיינעם טאג באשלוסט ער, דעטס איט! יהיה מה שיהיה! ביז יעצט האט ער זיך צוגעשטעלט, פון יעצט און ווייטער זאל זי זיך צושטעלן. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט פאר הויכע ווערטער, גענדיגט האט זיך עס מיט א דאזן צובראכענע כלים. זי איז צובראכן, ער איז צובראכן, דאס קליין קינד לעבט ווי אין לאגער אן קיינע עלטערן וואס זאלן זיך ריכטיג אפגעבן מיט אים.
א גט איז אויך נישט קיין אפציע, ראשית כל דער זיידע וועט קיין מנוחה נישט האבן אויב די גאס וועט שמועסן אז איין רינגעלע פונעם קייט האט זיך צושפאלטן. והשנית, פארן וואוילזיין פונעם קינד ווילן זיי זיך נישט צוטיילן. מה חטא הבן? אזוי לעבן זיי אויס אזוי צוזאמען ווי צוויי שכינים. מען שאקלט גוט מארגן און א גוטע נאכט, וזה הא. אלעס צו ראטעווען דעם יצחק'ן נישט פארפאלן צו גיין פונעם זעלגאוויטשן דעסטאנאציע.

אוי, ווען איך וואוין ווען אין שטעטל ג. און שטעטל ד. איז ערגעץ צווישען קארדשיסטאן און אוזפעקוסטאן וואלט איך אויך געלאכט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר