בלאט 1 פון 1

נישט-אידישע כלה ווערט אן אלמנה נאך די חתונה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:34 am
דורך שמעקעדיג
א טראגעדיע האט פאסירט אין שיקאגא.

א נארוואס חתונה געהאטע פארפאלק, די שמחה שטייצעך גרויס, זענען עטליכע שעה נאך די חתונה אהיימגעפארן צו א האטעל וואו זיי האבן געפלאנט צו שלאפן יענע נאכט.

אויפן וועג -- דאס האט פאסירט ווייניגער ווי 7 שעה פון די חתונה -- האבן זיי געטראפן אנדערע מענטשן געשטראנדעט אויפן שאסיי ווארטנדיג פאר הילף.

"מיר מוזן זיי העלפן" האט דער חתן זיך אנגערופן, "זיי זענען סטאק און ווארטן אויף אונזער הילף".

ער איז ארויס פון זיין קאר זיי העלפן, בעת דאס יונג ווייבעלע קוקט זיך צו די געטרייע ארבעט פון איר פרישן מאן. אבער צו איר אומגלויבליכער שאק האט א קאר אריינגעיאגט מיט א אימפעט אין איר מאן, און דאן א צווייטע און דערנאך א דריטע קאר, און אים אומגעברענגט אויפן פלאץ מיט א מיתה משונה רח"ל.

"פון אפאר שעה אויפן צווייטן בין איך געווארן פון א גליקליכע כלה צו א צובראכענע אלמנה", האט געקלאגט דאס ווייבל, וואס עולם חשך בעדה.