פראפעסארן אסאציאציע אינדארסירט אקאדעמישער באיקאט קעגן א"י

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10593 מאל

פראפעסארן אסאציאציע אינדארסירט אקאדעמישער באיקאט קעגן א"י

שליחה דורך אבטולמוס »

דער "ניו יארק טיימס" באריכטעט אז אן אמעריקאנער פראפעסארן אסאציאציע, דער "אמעריקען סטאדיעס אסאסיעישען", מיט נאנט צו 5,000 מעמבערס האט געשטימט צו אינדארסירן אן אקאדעמישער באיקאט קעגן ישראלישע קאלעדזשעס און אוניווערסיטעטן. די באיקאט-רעזאלוציע איז דורך מיט א 2-צו-1 מארדזשין, און בערך א פערטל פון די מעמבערס האבן אפגעגעבן זייער שטימע.

דער סטעיטמענט באשולדיגט מדינת ישראל אין "פארלעצן אינטערנאציאנאלער געזעץ און יו-ען רעזאלוציעס; דער דאקומענטירטער אימפאקט פון דער ישראלישער אקופאציע אויף פאלעסטינער געלערנטע און סטודענטן; די מאס וויפיל ישראלישע אינסטיטוציעס פון העכערער לערנונג זענען א חלק פון די מדינה'ס פאליסיס וועלכע פארלעצן מענטשן-רעכטן."

דער "טיימס" דערציילט אז דער "אמעריקען סטאדיעס אסאסיעישען" האט נאך קיינמאל נישט גערופן פאר אן אקאדעמישער באיקאט קעגן קיין שום מדינה'ס אוניווערסיטעטן. דער פרעזידענט פון דער גרופע האט אויך מודה געווען אז פילע מדינות, אריינגערעכנט שכנים פון מדינת ישראל, זענען געווענליך אנגענומען צו באגיין ערגערע מענטשן-רעכט פארברעכנס, ער האט אבער געזאגט "מ'דארף דאך ערגעץ אנפאנגען."

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר