בלאט 1 פון 1

דרעפטס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:30 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב געסעיווט אין "דרעפט" אייניגע תגובות, וואס דארף מען טוהן ווען מען וויל עס שיקן? קאפיען און פעיסטן? אדער ס'איז דא א ספעציעלע קנעפל דערפאר?

Re: דרעפטס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:44 pm
דורך ידען
ווען מע עפנט עס אויף דארף מען קענען שיקן

Re: דרעפטס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:55 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב פרובירט, אבער ס'איז נישטא די שיק קנעפל. (נאר "ליידיג אויס" און "שמור").

Re: דרעפטס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:06 pm
דורך ידען
לאמיעהו ורייען

Re: דרעפטס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:09 pm
דורך ידען
ווען ביסט ביי קאנטראלירטע דרעפטס, וועסטו זעהן אלע דיינע דרעפטס, קליק נישט אויף די דרעפט, נאר קוק אויף די לינקי זייט און קליק ״טען טיוטה״ און סע וועט ארויפקומען, דארט קענסטו שיקן.

Re: דרעפטס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 7:25 pm
דורך שמואל הלוי
ייש"כ מעומקא דליבא.

"היט אפ אלס דרעפט" - היכי דמי ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:27 pm
דורך דער רב
אז מען מען פאנגט אן צי שרייבען א הודעה איז דא אן אפשען "היט אפ אלס דרעפט" אבער אויב מען טיט עס, דארף שפעטער זיין א וועג ווי צי געפינען דעם דרעפט, און גיין ווייטער, אבער איך טרעף נישט דעם געסייווט'ן דרעפט.

אויך איז שווער צי פארשטיין פשט, ווען מען וויל סייווען דעם דרעפט פרעגט ער א נייע שאלה:

"שים לב שטיוטות שנשמרו כוללות את הכותרת וההודעה בלבד, כל פריטים אחרים יוסרו. אתה רוצה לשמור את הטיוטה שלך כעת?"

פארשטיי איך נישט קיין פשט וואס מען וויל און וואס עס מיינט.

ערשטענס וואס איז דער טייטש "שטיוטות" (אפשר איז עס לשון רבים פאר "שטויות"? :-) )

איך מיין אז אזא ווארט עקזעסטירט נישט אויף לשון קודש נאר דאס איז עפעס די פריש באשאפענעם ווארט אויף די עברית שפראך.
האבען מיר אפשר אן איזראעלי וואס קען די שפראך?

ווייטער, וואס איז דער פשט אז געוויסע זאכען וועלען אפגעהיט ווערען און געוויסע זאכען נישט? וויסט איינער פינקט וואס יע און וואס נישט?

אויך דארף מען מתרגם זיין פון עברית אויף לשון קודש אדער אויף אידיש, אדער אויף איינגליש, וואס איז דאס "הטיוטה" ?

"אתה רוצה לשמור את הטיוטה שלך כעת?"

מיין קאר איז פארד און נישט קיין "טיוטה" :-)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:31 pm
דורך חד גדיא
״טיוטא״ מיינט א דרעפט. ״שטיוטות״ מיינט ״אז די דרעפטס״.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:48 pm
דורך דער רב
חד גדיא האט געשריבן:״טיוטא״ מיינט א דרעפט. ״שטיוטות״ מיינט ״אז די דרעפטס״.


ישר כח חד גדיא !

יעצט בלייבט נאך די שאלה, ווי געפינט מען דעם געסייווטעם דרעפט?

אדרבה, טריי אליינס צי סייווען עפעס א דרעפט אין זע צי די ביסט מצליח עס צי געפינען.

אויך איז די שאלה אז ווען זיי זאגען "כל פריטים אחרים יוסרו" - וואס זענען די "פרטים אחרים" וואס וועלען פארלוירען גיין?

מיינט עס למשל פארמאטינג אזוי ווי באלד, קאליר און justify און סמייליס?

אדער מיינט עס בלויז אז אויב מען האט ציגעלייגט א פייל גייט עס פארלוירען?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:55 pm
דורך ידען
ערגעץ האט מען שוין געשריבען און מסביר געווען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:07 pm
דורך יידל
מקען טרעפן די דרעפסט אין באניצער קאנטראל פאנעל אונטער די קאנטראלירט דרעפטס קנעפל. faq.php#f2r10

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:41 am
דורך געפילטע פיש
אדער ווען דו שרייבסט א תגובה אינעם זעלבען אשכול וועט לעבן שיק, אויסקוק פון פאראויס, און היט אפ אלס דרעפט, זיין א אפשען צו לאודען די געסעיווטע דרעפט.