בלאט 1 פון 4
פעטיציע קעגען די סדר פון שבת'דיגע מאכלים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:35 pm
דורך טיטאניק
מען זאגט נאך פון דער קרעטשניפער רבי ע"ה אז יעדע באנדעל פון די טשאלענט האט א מלאך, און מוצאי שבת קוידעש טוען אלע מלאכים זינגען שירה,
מיין הוספה איז "די מלאכים גייען אויך ארויס אין א קאדאשטקע טאנץ ביי די שירה"
יעדע וואך פון פריש, צו עסט מען ביים שוויגער, צו עסט מען אין שטוב, צו עסט מען אין האטעל, צו עסט מען ביי א שבע ברכות, נישט קיין חילוק, איבעראל זענען די מוצאי שבתדיגע יסורים די זעלבע
איך האב שוין פראבירט אלע סארטען רעצעפטען פון שטולענט, בונדלעך מיט קארטאפל, קארטאפעל אליין, בונדלעך אליין, בהמה פלייש, טשיקען פלייש, ווייניג ספייסעס, און להיפך, אבער די רעזאלטס זענען די זעלבע ווייעדיג און שמעקעדיג
א שרעק
איך בין קיין דאקטער נישט אבער "קישקאָ'סי" זאגט מיר אז עס שטאמט פון די פארריקטע סדר, מען לייגט זיך שלאפען פרייטאג צו נאכטס מיט א פולע טראק מיט עסען,
שבת צופרי פאסט מען ביז 12 דערנאך ריקט מען אריין הייסע קוגעל הערינג, און פארגעסט נישט! מען מאכט קידוש ווי א ראפשיצער חסיד אויף גטע שנאפס, און פון דארט קומט מען אהיים, און מען ווארפט אריין אגאנצע טראק מיט עסען,
און דערנאך זאלן זיי זיך נישט לאזען הערען און שמעקען??
איך וויל הערען וואס איר זאגט, אולי זאל מען מאכען א טויש, מען עסט פארן דאווענען לעבען מיט באנאנע,
נאכען דאווענען עסט מען טשיז קעיק מיט א גלעזל מילעך
די סעודה זאל זיין העכסנס א נארמיילע שטיקל סטעיק מיט לאקשן און שוין
ווער דארף די אלע דיפס? גאלע? לעבער (געמאלענע און שטיקלעך) אייער צוויבל, צוויבל קוגל, אויש טאטע זיסער איך ווער נאוישעס
העלפט מיר ארויס!!!!!!!!!!!!!!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:39 pm
דורך שמעקעדיג
נעווער אין לייף גיב איך אויף מיינע דעלישעס שבתדיגע מאכלים! א גאנצע וואך ווארט איך דערויף!
יעדער זאל עסן לויט זיין מאגן. קענסט עסן ווייניגער. אבער אויפגעבן קאטשעניו און סעלמאן פיש? די געשמאקע טשולענט און אווערנייט קוגל? דאס איינציגסטע ביסל מעין עולם הבא אין דעם מאוימ'דיגן וועלט? העק נאו!!!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:41 pm
דורך טיטאניק
שמעקעדיג האט געשריבן:נעווער אין לייף גיב איך אויף מיינע דעלישעס שבתדיגע מאכלים! א גאנצע וואך ווארט איך דערויף!
יעדער זאל עסן לויט זיין מאגן. קענסט עסן ווייניגער. אבער אויפגעבן קאטשעניו און סעלמאן פיש? די געשמאקע טשולענט און אווערנייט קוגל? דאס איינציגסטע ביסל מעין עולם הבא אין דעם מאוימ'דיגן וועלט? העק נאו!!!!
סא די גלייכסט די טענצל פון די מלאכים?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:43 pm
דורך אפטעמיסט
ווייעדיג און שמעקעדיג
שמעקעדיג, איר זענט געטעגט געווארן אין דעם אשכול...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:47 pm
דורך zurich
טיטאניק עצה טובה, טרינק א פיינעם הייסן קאווע מוצאי שבת, ס'וועט בארוהיגען די מלאכים.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:49 pm
דורך טיטאניק
zurich האט געשריבן:טיטאניק עצה טובה, טרינק א פיינעם הייסן קאווע מוצאי שבת, ס'וועט בארוהיגען די מלאכים.
נע, אלטע טריקס, די מאכלי שבת זענען אזוי הייליג און גרויס אז די מלאכים שרעקען זיך נישט פון 10 פעסער קאווע
איינמאל זיי זענען דאהי, איז עס א שווערע פרשה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:51 pm
דורך קאשמארן
דו האסט געשריבן "ווער דארף די אלע דיפס? גאלע? לעבער (געמאלענע און שטיקלעך) אייער צוויבל, צוויבל קוגל, אויש טאטע זיסער איך ווער נאוישעס". אז דו טראסט אריין איין רגע, צוויי דורות צוריק האט טאקע נישט געזען רוב פון די מאכלים אויף זייער שבת טיש!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:57 pm
דורך טיטאניק
קאשמארן האט געשריבן:דו האסט געשריבן "ווער דארף די אלע דיפס? גאלע? לעבער (געמאלענע און שטיקלעך) אייער צוויבל, צוויבל קוגל, אויש טאטע זיסער איך ווער נאוישעס". אז דו טראסט אריין איין רגע, צוויי דורות צוריק האט טאקע נישט געזען רוב פון די מאכלים אויף זייער שבת טיש!
מיר,די יעצטיגע דור דעה איז א געמישעכטץ א פרידה אדער א שעטנז פון גאליציע פוליש אונגארן ראמעניע דייטשלאנד און ארץ ישראל און נאך
אין פולין איז קיין פלייש נישט געווען צוליב זייער עניות אדער קמצנות און זיי האבן אויסגעטראפען די גאלערעטע און דאס איז געווען די פלייש פאר שבת
די גאליציאנער טשולענט איז געווען קאשע, (דאכט זעך פארעווע אפילו)
ווידער אין אונגארן איז געווען טשולענט פון פעטעיטא און טשיקן
אבער מיר מאכען א מיש מאש, יוצאים כל השיטות און כל הדיעות, סיי די גאליצינע און אונגרישע, און די נייע און אלטע משוגעתן
און מוצאי שבת קומען אלע מלאכים צוזאמען טאנצען, און זיי קומען זיך גוט אויס, די גאליציענא מלאכים און די אונגארישע
א חורבן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:59 pm
דורך קאשמארן
און דיפס קומט פון די סאבראס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:02 pm
דורך טיטאניק
געגאנגען
לייגט ארויף רעיונות פון נייע מעניו'ס פאר שבת סעודות
נעטא געזונט און גרינג
און אז שמעקעדיג האט זיך פארשמעקט אויף די קאטשעניו, נו איך לאז עס דורעך
אבער געבטס גוטע אייצעס פאר א נארמאלער מוצאי שבת אן מלאכים
מען זאגט דאך שוין צאתכם לשלום פרייטאג צונאכטס, וואס זיכען זיי דא מוצאי?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:04 pm
דורך היימישער ליטוואק
ביטע לייענען מיין חתימה (כל זמן עס איז נאכנישט גטוישט...)
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:07 pm
דורך טיטאניק
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ביטע לייענען מיין חתימה (כל זמן עס איז נאכנישט גטוישט...)
שוין לאנג געהאלטען אז די ליטוואקעס ווייסען נישט וואס מיינט א שבת קוידעש!
די מחזה הוד ווי א איד האט פארשמירטע פינגערס פון טינקען די כאלע אין א טעלערל פיצעי
אדער ווי א יונגערמאן עסט נאכען דאווענען ביי סעודת חינקא א טעלערל הערינג און די מאיונעיז פון די הערינג הענג עם אראפ ביי די וואנצצעס
און אז ענק קענען נישט דאס, דאן רעדט נישט אריין ביי אונזערע מלאכים אויך!!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:17 am
דורך טעפל
קאשמארען איז גערעכט, דו פראבלעם איז נישט אין די מאכלים נאר אין דיר, עס חלה, פיש, יועך, פלייש, פערפל, קוגל מיט א שטיקל פיקעל, אאינדערפרי, פיש, אייער, טשולנט מיט א שיטקל פיקל, און הכל על מקומו יבוא בשלום (כמעט).
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:52 am
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:נעווער אין לייף גיב איך אויף מיינע דעלישעס שבתדיגע מאכלים! א גאנצע וואך ווארט איך דערויף!
יעדער זאל עסן לויט זיין מאגן. קענסט עסן ווייניגער. אבער אויפגעבן קאטשעניו און סעלמאן פיש? די געשמאקע טשולענט און אווערנייט קוגל? דאס איינציגסטע ביסל מעין עולם הבא אין דעם מאוימ'דיגן וועלט? העק נאו!!!!
סא די גלייכסט די טענצל פון די מלאכים?
נעווער מיינד וואס ער גלייכט. לאמיר פרעיגן די בני בית!!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:55 am
דורך berlbalaguleh
zurich האט געשריבן:טיטאניק עצה טובה, טרינק א פיינעם הייסן קאווע מוצאי שבת, ס'וועט בארוהיגען די מלאכים.
ס'א בפירוש'ע גמרא. "חמין במוצאי שבת מלוגמא. פרש"י רפואה!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:56 am
דורך sefish
The real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:06 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:29 pm
דורך גאנצל
אוי טשיז קעיק און נאכדעם טשולענט אוי שעלט נישט די מלאכים וועלן דאך נישט אויפהערן צו טאנצן ס'וועט נאר נעמען לענגער זייער טענץ
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:30 pm
דורך טעפל
sefish האט געשריבן:The real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!
גאנץ גערעכט, חלה מאכט דעם עיקר חורבן, אזוי זאגט אויך ד"ר הערשל מייזעלס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:37 pm
דורך טיטאניק
גאנצל האט געשריבן:אוי טשיז קעיק און נאכדעם טשולענט אוי שעלט נישט די מלאכים וועלן דאך נישט אויפהערן צו טאנצן ס'וועט נאר נעמען לענגער זייער טענץ
ווייסט עטאץ נישט אז מלאכים מעגען יא האבן בשר וחלב? זעה די מעשה ביי אברהם אבינו,, נישט כדאי בכלל צו לייגן ביידע צוזאמען! זיי וועלן אסאך בעסער טאנצען!!!
אוי, די באויך קרעמפען פון שבועות טוט נאך יעצט ווויי
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:46 pm
דורך טיטאניק
טעפל האט געשריבן:sefish האט געשריבן:The real culprit is the Challeh! Not any other food! Fulg meer this week do not eat more than one thin slice better yet wholewheat ul see all angels disappear!! Fact!
גאנץ גערעכט, חלה מאכט דעם עיקר חורבן, אזוי זאגט אויך ד"ר הערשל מייזעלס.
האלב גערעכט
חלה איז א פראבלעם, און א גרויסע,
איינמאל באשטעלט ביי מיין אשת חבר א קליינע חלה פאר שבת, די קינדער האבן געהאט טענות טאקע, אבער די מלאכים וואס ווערען באשאפען פון די הייליג מצוות חלה זענען אויך געווען זייער קליין יענע מוצאי!
יעצט וועגען דאס זאגען אז הגה"צ ר' הערשל מייזעלס איז א דאקטער, דאס איז א שקר, זאג עס אפילו נישט
(מאכט נישט קיין עסק יעצט איבער דעם, ווייל עס באלאנגט נישט אהער בעצם, אבער אז מען רעדט וועל איך שוין וואויסען מיין מיינוג אביער דעם בהמשיקייט פון דעם עוילען גוילעם)
הרה"ג ר' הערשל, ער איז א "עסקן א שטיקעל" אין דעם נושא, אבער ער האט נישט באקומען פון קיין איין עפישעל קליניק אינסטיטושען א צעטעלע אדער תעודה אז ער ווייסט וואס ער רעדט
ער זינגט-נאך געוויסע שטודיעס וואס ער גלייכט, און ער האלט אז זיי זענען גערעכט,
און גאט האט עם געגעבן א מעכטיגע כח הדרוש, ער קען אראפ לייגען א זאך זייער קאלירופול, און דאס מיינט טאקע א גוטע בעל דרשן ווען ער קען אויפבלאזען א זייפען באלאאן גאר גרויס און פארען עוילעם גוילעם וועט עס אויסזען ווי די טווין טאוערס
פון ליינען קליניק מאגאזינען און שטודירען אביסעלע דעם ליין ווערט מען נאך נישט קיין דאקטער, א נערישע פערעמעדיק נעמט יארען צו לערנען, א דאקטער זיכער, דער ר' הערשל איז אין קיין קאלעדזש קיינמאל נישט געווען...
דאס רופען א אייגען געקרוינטע רפואה עסקן מיטען נאמען "דאקטער" צייגט אויף חסידישע היימישע שמאלקעפיגקייט
במחילת כבוד תורתו הרמה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:48 pm
דורך בעלזער חסיד
זייער גערעכט אבער טעפל האט נישט געשריבן "דר." ער האט געשריבן ד"ר איך האב עס פארשטאנען פאר א לשון קצרה פון אדמו"ר
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:57 pm
דורך שמעקעדיג
טיטאניק, עס איז שוין דא א אשכול פאר ר' הערשל,
אבער מיט פאקטן קען מען זיך נישט שלאגן, איך קען אזא גוטע דאזען מענטשן וואס זענען אפגעפאלן וואג און לעבן געזונט און שטארק, א דאנק פאלאוען ר' הערשל'ס איינגערעדטע זייפן בלאז וואס ער נעמט פון אפאר קליניק מאגאזינען.
לענינינו. איך האב איין וואך געהאט א פראבלעם מיט מיין פיש שבת אינדערפרי ביי די סעודה, און איך האב עס נישט געקענט עסן מער. איך האב אבער גערוקט חלה און אנדערע מאכלים. וראה זה פלא, איך האב אויך נישט געהאט קיין שום נאכווייען!
אין די מעלות האט אמאל איינער געשריבן גאר אז די איי-מער-צוויבל איז דער קאלפריט.
דער אמת איז אז אלעס צוזאמען איז גורם א מאגן-דרייעניש, און סיי וואס מען שניידט אראפ איז הכל ריוח, אלעס מאכט עטוואס גרינגער.
אבער מיר איז מער ניחא צו פארנעמען די מלאכים טאנץ מוצאי און נישט מוותר זיין אויף די פיינע קריספי ווייסע חלה, עס איז יצא הפסדו בשכרו.. ווער דארף האלוויט און ספעלט..........