רשות כתיבה בכותלי ה'קאווע, צייטווייליג

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

רשות כתיבה בכותלי ה'קאווע, צייטווייליג

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

כ'וואלט געוואלט פארשלאגען א פלאן פאר די חברי המערכת הנכבדה, וואס וועט לכאורה שטארק צוגעבן צום רוח ה'שטיבעל און העלפן לינדערן פילע פראבלעמען אויף וואס פילע ניקים רעדן זיך לאחרונה אפ
אזוי ווי לעצטענס אי'מיר פיל מאל אויסגעקומען עטליכע שאדנ'ס א דאנק דעם זיין צוגעבינדען למלאכת הכתיבה, און נאכקיקען פילע אשכולות ווי מ'קען פירקלען א תגובה וואס שטייצעך רויבט'ס אוועק א ים מיט -צייט-געלט-כח-מח- פון יעדן ניק דא און פון פילע אנ''ש תושבי פה עיה''ק ק''ש
איז מיר בייגעפאלען א געדאנק אז ס'וואלט ווען פאסיג געווען אז דער הנהלה זאל אנשטעלן א סיסטעם אז די חברי ה'קפה זאלען זיך קענען אויפסיינען אויף א מהלך פון זיין ערמעגליכט בלויז עטליכע מאל א חודש צו איין מאל וועכנטליך מגיב צו זיין פאר א קורצע וויילע וואס דאס העט זיכער פארשפארען פילע צייט, געלט פארשווענדעניש פון די אנ''ש און וועט פארשטענדליך איינשפארען פילע אומאינטערסאנטע געפירקלעכץ וואס פילע שרייבען אבי ווען ס'פאלט זיי ביי צו קאטשקען, און משמיע זיין דעתם אבי ווען ס'איז עולה על רוחם צו קלאפען אויפען כלי.
אויכעט וואלט עס געווען א מהלך פאר די מערכת וואס וויל צוימען שרייבערליך וואס נעמען ארויס פילע פון די גלייזען (קוק ווער ס'רעדט) זאלען ניש זיין באפולמעכטיגט נאר און געוויסע צייטען צו שרייבען וואס דאס וועט פארשטענדליך פארגרינגערן פילע באזיכער צו קענען איינגענעמר כאפען א רואיגע קאווע
ייש''כ פאר'ן לאזען משמיע זיין, א פארשלאג

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר